ווען דער פֿילם Fiddler On the Roof האָט זיך באַוויזן אין די קינאָ־טעאַטערס אין 1971, האָב איך שטאַרק הנאה געהאַט דערפֿון. כ׳האָב זיך אויסגעלערנט כּמעט אַלע לידער אויף אויסנווייניק, און אַפֿילו געקענט אַ טייל פֿון זיי שפּילן אויף דער גיטאַר און אויף דער פּיאַנע.
בײַ מיר, אַ ניו־יאָרקער מיידל, איז „פֿידלער‟ געווען אַן אויסגעצייכנטער אַמעריקאַנער מיוזיקל, גלײַך מיט The Sound of Music און West Side Story. צי האָט די פּיעסע אָבער געהאַט דעם ייִדישן טעם פֿון שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟, אויף וועלכן דער מיוזיקל איז באַזירט? בפֿירוש נישט. האָבנדיק אַליין געלייענט שלום־עליכמען אויף ייִדיש, בפֿרט די חנעוודיקע מעשׂיות פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס, האָט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ — ווי שיין עס זאָל נישט זײַן — מיר אויסגעזען ווי אַ פֿילם געשאַפֿן פֿון אַמעריקאַנער וואָס האָבן בכלל נישט קיין שײַכות צו ייִדיש אָדער דעם ייִדישן לעבן־שטייגער. אַחוץ דעם וואָרט „לחיים‟ אינעם באַקאַנטן טרינקליד, געדענק איך נישט קיין איין ייִדיש אָדער לשון־קודשדיק וואָרט אינעם גאַנצן סצענאַר. אַפֿילו דאָס וואָרט „שבת‟ האָבן די אַקטיאָרן אַרויסגערעדט מיטן ענגלישן וואָרט Sabbath.
ס׳איז געווען פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס. דזשאָסעף סטײַן, דער שרײַבער פֿונעם סצענאַר, און שעלדאָן האַרניק, וואָס האָט געשריבן דעם לידערטעקסט, האָבן בולט באַטאָנט אַז זיי האָבן נישט געוואָלט די פּיעסע זאָל זײַן „צו ייִדישלעך‟ ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט אַז דאָס וועט אָפּפֿרעמדן דעם עולם. דער הויפּטמאָטיוו פֿונעם פֿילם — וועגן אַ מיטליאָריקן טאַטן וואָס באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות אָנצוהאַלטן די טראַדיציעס אין שטוב אין אַ גיך־בײַטנדיקער וועלט — איז דאָך געווען אַן ענין וואָס אַ סך אַנדערע טראַדיציאָנעלע געזעלשאַפֿטן ווי, למשל, די יאַפּאַנישע, האָבן זיך מיט דעם געראַנגלט. און דער אמת איז, Fiddler On the Roof איז טאַקע געווען אַ גרויסער שלאַגער אין יאַפּאַן.
דערפֿאַר, ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט די פּלאַטע פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער ווערסיע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס מע האָט געשפּילט אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1966 (געהערט האָב איך עס אין די אָנהייב־1970ער) בין איך שטאַרק נתפּעל געוואָרן — ממש ווי מע האָט צוגעפּאַסט מוזיק צו שלום־עליכמס ייִדישע דערציילונגען. נישט בלויז האָבן די גראַמען און ריטעם זייער גוט געשטימט מיט די מעלאָדיעס, נאָר דער טעקסט האָט עכט אָפּגעשפּיגלט דעם אופֿן רעדן און טראַכטן פֿונעם פֿאָלקסייִד אינעם שטעטל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. דעם ליברעטיסט, שרגא פֿרידמאַן, האָב איך נישט געקענט פּערזענלעך אָבער ס׳איז מיר שטאַרק געפֿעלן די ייִדישע חכמות און הומאָר פֿון זײַן איבערזעצונג; דאָס אידיאָמאַטישע לשון, און ווי אײַנגעזאַפּט ס׳איז געווען מיטן טראַדיציאָנעלן און גײַסטיקן ייִדישן לעבן־שטייגער — נישט געקוקט אויף דעם וואָס פֿרידמאַן איז אַליין געווען אַ וועלטלעכער ייִד.
יענע פֿרייד בײַם הערן די ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ישׂראלדיקן „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ האָט מיך ווידער אַרומגעכאַפּט די וואָך, בעת איך האָב געזען די נײַע אויפֿפֿירונג פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן מיוזיקל בײַ דער פֿאָלקסבינע. די פּיעסע שפּרודלט מיט אַן עכטן ייִדיש, אַזוי ווי מע לייענט בײַ שלום־עליכמען, באַפֿעפֿערט מיט פּסוקים פֿון תּנך און לשון־קודשדיקע אויסדרוקן. מיט אַנדערע ווערטער, ס׳איז געווען נישט בלויז אַ פּיעסע אויף ייִדיש, נאָר דורכגעזאַפּט מיט ייִדישקייט.
באַלד פֿון דער ערשטער סצענע, למשל, הענגט אויף דער בינע אַ ריזיקער טראַנספּאַרענט מיטן וואָרט „תּורה‟, אָנגעשריבן דווקא מיט ייִדישע אותיות. דער עולם זעט גלײַך אַז דער הויפּטמאָטיוו פֿון “פֿידלער אויפֿן דאַך” איז נישט בלויז וועגן דער שפּאַנונג צווישן אָנהאַלטן טראַדיציעס פֿון איין זײַט, און זיך אויסלעבן ווי אַ מאָדערנער מענטש פֿון דער צווייטער (כאָטש דאָס איז זיכער אַ וויכטיקער טייל דערפֿון), נאָר עפּעס וואָס איז אַ ספּעציפֿיש־ייִדישער ענין: ווי וועלן טבֿיהס קינדער בלײַבן ייִדן אָן די רעליגיעזע טראַדיציעס פֿאַרקערפּערט אין דער תּורה?
דערצו הערט מען בעת די שמועסן צווישן די פּערסאָנאַזשן אָן אַ שעיור טראַדיציאָנעלע ייִדישע אויסדרוקן. ווען טבֿיהס טאָכטער האָדל זאָגט דעם טאַטן אַז זי און פּערטשיק, אַ בחור אַ רעוואָלוציאָנער פֿון קיִעוו, ווילן חתונה האָבן, כאָטש זיי זוכן בלויז זײַן ברכה, נישט זײַן דערלויבעניש, ענטפֿערט טבֿיה מיט כּעס: „ניין! לא מיט אַן אַלף!‟ שפּעטער, ווען טבֿיה האָט שוין אַ חשד אַז מע האָט פּערטשיקן אַרעסטירט, פֿרעגט ער דער טאָכטער: „איז ער אין אַ גרויסער צרה, דער שמשון הגיבור דײַנער?”
אַנדערע טראַדיציאָנעלע עלעמענטן גיט מען איבער אויף אַ מער סובטילן אופֿן. יעדעס מאָל וואָס געוויסע העלדן קומען אויף דער בינע — די שדכנטע, למשל, אָדער טבֿיהס איידעם, מאָטל, גיבן זיי אַ גיכן קוש די אייגענע פֿינגער און שטרעקן אויס די האַנט אין דער הייך — אַ סימן אַז זיי קושן די מזוזה. (קיין טירן זענען אויף דער בינע נישטאָ, איז דאָס דער איינציקער סימן בײַם עולם אַז עמעצער איז ערשט אַרײַן אין שטוב.)
מע קען אַוודאי טענהן, אַז אויב אַ פּיעסע איז אַזוי פֿול מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע טערמינען און רמזים, וועט אַ טייל פֿונעם עולם אַ סך זאַכן נישט פֿאַרשטיין. ס׳איז דאָך דאָ אַ גרענעץ וויפֿל די אייבערקעפּלעך קענען איבערגעבן. נישט געפֿערלעך! אַ סך מאָל קען מען מיטן האַרץ דערפֿילן דאָס וואָס דער מוח פֿאַרפֿעלט. צי מען איז פֿרום צי נישט, צי מען איז אַ ייִד צי נישט, מעג מען זיך צוהערן צו אַ ייִדיש לשון וואָס נעמט אַרײַן די רעליגיעזע טערמינען וואָס ייִדן האָבן הונדערטער יאָרן געניצט, ווײַל אויב נישט — בלײַבט די ייִדישע שפּראַך אַ ליידיקע כּלי.
לאָמיר האָפֿן אַז מע וועט נאָך אויפֿפֿירן אַנדערע פּיעסעס אַזוינע מיט אַן עכטן ייִדישן טעם. עס פֿעלן זיכער נישט קיין מעגלעכקייטן אין אונדזער רײַכער ליטעראַטור. און אפֿשר זאָל מען זיך טאַקע אומקערן קיין קתרילעווקע און שטעלן אויף דער בינע נאָך אַ באַליבטן העלד שלום עליכמס: דאָס לעבעדיקע, שטיפֿערישע בחורל, מאָטל פּייסי דעם חזנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.