אין דער גרויסער שרײַבער־משפּחה וואָס האָט עולה געווען מיט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת-ישׂראל, האָבן זיך געפֿונען אַרום 12 יונגע שרײַבערס, אַלע בערך אין די 30ער. די גרופּע האָט געשטרעבט צוזאַמען צו געפֿינען זייער וועג אין דער נײַער מדינה, ממשיך זײַן זייער שאַפֿן אין ייִדיש אויף ישׂראלדיקער טעמאַטיק, כּדי אַרויסצוברענגען זייער באַפֿעסטיקונג אין דער ישׂראלדיקער נײַער אַטמאָספֿער. די גרופּע איז זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן דורך דעם שוין באַקאַנטן דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכער איז גאָר אין גיכן געוואָרן זייער סנדק. צו סוצקעווערן איז אין גיכן אויך צוגעטראָטן דער וועטעראַן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור – דוד פּינסקי, וועלכער האָט אויך אין יענער צײַט עולה געווען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אין חיפֿה.
די גרופּע יונגע שרײַבערס האָט זיך אָנגעהויבן טרעפֿן כּדי אַרומצורעדן פֿאַרשידענע געדאַנקען און פּרטים אין זייער ווײַטערדיקער ליטעראַרישער אַרבעט. אַ טייל פֿון זיי זענען געווען צעשפּרייט אין קיבוצים און זיי האָבן זיך אָנגעהויבן טרעפֿן אויף פֿאַרזאַמלונגען אין קיבוץ יגור, לעבן חיפֿה. נאָך אַ קורצער צײַט האָבן זיי זיך געגעבן דעם נאָמען „יונג-ישׂראל‟. די גרופּע האָט נישט פֿאָרמולירט קיין ספּעציעלע פּלאַטפֿאָרם; זיי האָבן אָבער געזוכט אַ וואַרעמע באַציִונג פֿון דער ייִדיש-רעדענדיקער סבֿיבֿה און אויך הילף צו קענען אַרויסגעבן אַן אייגענעם אָרגאַן.
אין 1951 און 1952 האָט זייער ליטעראַרישער פּאַטראָן אַבֿרהם סוצקעווער, דער רעדאַקטאָר פֿון „די גאָלדענע קייט‟, אָפּגעדרוקט אַ קאָנצענטרירטע רובריק מיט די שאַפֿונגען פֿון אַ גרויסן טייל פֿון דער „יונג-ישׂראל‟ גרופּע. ערשט מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט די גרופּע אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַן אייגענע אויסגאַבע מיטן נאָמען „יונג-ישׂראל - פֿאַר ליטעראַטור, קונסט און קריטיק‟. די ערשטע זאַמלונג איז דערשינען אין חיפֿה אין 1954; די צווייטע — אין יאָר 1956, די דריטע און לעצטע — אין יאָר 1957.
די גרופּע האָט זיך באַמיט גובֿר צו זײַן זייערע שפּראַך-שוועריקייטן אין אַ נײַעם קלימאַט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך די גײַסטיקע וואָרצלען פֿון מזרח-אייראָפּע און אויך דעם שוידער פֿונעם חורבן, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי זיך באַמיט אויפֿצונעמען די ישׂראלדיקע טעמאַטיק אין זייער שאַפֿונג.
יאָסל בירשטיין איז געבוירן געוואָרן אין סעפּטעמבער 1920 אין ביאַלע-פּאָדאָלסק, פּוילן. אין 1936 האָט ער עמיגרירט קיין אויסטראַליע וווּ ער האָט אַרויסגעגעבן זײַן ערשט ביכל, אַ באַנד לידער „אונטער פֿרעמדע הימלען‟ (1949). אין 1950 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל. 12 יאָר לאַנג איז ער געווען אַ חבֿר אין קיבוץ גבת. אין דער ערשטער פּובליקאַציע פֿון דער גרופּע אין „די גאָלדענע קייט‟ נומער 7, האָט יאָסל בירשטיין נאָך פֿיגורירט ווי אַ פּאָעט. מיט אַ יאָר שפּעטער, אין דער צווייטער פּובליקאַציע, אין נומער 13 פֿון „די גאָלדענע קייט‟, האָט ער אָפּגעדרוקט אַ דערציילונג „דער פּאַסטוך חנן‟ וואָס מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז דערפֿון אַרויסגעוואַקסן זײַן ראָמאַן פֿון קיבוץ-לעבן, „אויף שמאָלע טראָטואַרן‟ (1958).
אין זײַנע פֿריִערדיקע דערציילונגען הייבט בירשטיין אַרויס די פֿאַרברודערונג פֿון מענטש און חיה אינעם קיבוץ. דער קיבוץ דינט בלויז ווי אַ נאַטור-לאַנדשאַפֿט און נישט ווי קיין געזעלשאַפֿטלעכע איבערלעבונג. אין זײַנע שפּעטערדיקע דערציילונגען, נאָכדעם ווי ער איז אַוועק פֿון קיבוץ, זוכט בירשטיין שוין נײַע טעמאַטיק. אין זײַן בוך „אַ מאַנטל פֿון אַ פּרינץ‟ (1969), גייט ער צוריק צו די ייִדן אין דער אַלטער היים, מיט דער פּוילישער לאַנדשאַפֿט.
שוין פֿון זײַנע ערשטע טעג אין קיבוץ, האָט יאָסל בירשטיין געפּרוּווט ניט צו פֿאַרגעסן אַז ער איז אַ ייִדישער דיכטער. אין איינעם פֿון זײַנע רעפֿעראַטן, וואָס זענען געלייענט געוואָרן אויף דער גרינדונג-פֿאַרזאַמלונג פֿון דער שרײַבער-גרופּע „יונג ישׂראל‟ אין משק יגור (26- 27 אָקטאָבער 1951), דערציילט יאָסל בירשטיין אַז ער האָט באַקומען אַ בריוו פֿון אַ ייִדישן דיכטער (ער זאָגט נישט ווער) מיט אַ װאָרענונג: „דו לעבסט אין אַ קיבוץ - פֿאַרגעס ניט דאָרט, אַז דו ביסט אַ ייִדישער דיכטער.‟ דאָס האָט אים שטאַרק געפּײַניקט. וואָס הייסט, ווי אַזוי שרײַבט ער אַזאַ זאַך? דאָס האָט פּונקט אָפּגעקלונגען ווי זיײַן טאַטע האָט אים אַמאָל געזאָגט: „זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אין דעם גויִישן לאַנד, אַז דו ביסט אַ ייִד.‟ טאַקע, אינעם ווײַטן לאַנד האָט ער קיין ייִדיש ניט געהערט און דערפֿאַר האָט ער זיך טאָג נאָך טאָג אַרומגערינגלט מיט ייִדישע ספֿרים, ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן.
יאָסל בירשטיין איז אָבער געװען בײַ דער מיינונג אַז ער דאַרף בכלל נישט באַרעכטיקן זײַן לשון צו קיינעם ניט. דער ייִדישער שרײַבער דערקלערט אַז ס’איז גענוי ווי זײַן טאַטע האָט ניט באַדאַרפֿט זיך מצדיק זײַן וועגן דער פֿרומקייט זײַנער. דאָס הייסט, ער האָט געהיט שבת, אָבער ניט כּדי זיך אויסצוהיטן חלילה פֿון שמד. פּונקט אַזוי פֿילט בירשטיין וועגן זײַן ייִדיש – ס’איז זײַן לעבן, ס’איז זײַן אינעווייניקסטע פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש, ווײַל ס’איז זײַן פֿאָלקסשפּראַך. בירשטיין האַלט אַז אין דער אַרומיקער אַלגעמיינער סבֿיבֿה פֿון ייִדישקייט מעבֿר-לים, האָט מען געוואָלט אַז די שפּראַך זאָל טראָגן דעם עול פֿון אמונה, יום-טובֿ, שבת, ערלעכקייט און מענטשלעכקייט. דאָס אָבער געפֿעלט דער שרייבער איבערהויפּט נישט. ער האַלט אַז דאָס איז אַבסורד.
מיט אָט דעם צוגאַנג איז יאָסל בירשטיין אַרײַנגעפֿאָרן אין קיבוץ. ער דערציילט אַז אין זײַן קיבוץ הערט מען טאַקע ווייניק ייִדיש. איז וואָס קען אַ ייִדישער שרײַבער טאָן אין קיבוץ? זיך אַרומרינגלען מיט ייִדישע ביכער ווי ער האָט געטאָן אין גלות? צי מיינט עס ניט, אַז אַפֿילו אין ישׂראל װעט שטענדיק בלײַבן אַ מחיצה צווישן אים און דעם דרויסן, פּונקט אַזוי ווי ס׳איז געווען אין גלות?
די רעאַליטעט איז אָבער פֿאָרט אַנדערש דאָ אין ארץ-ישׂראל, מיינט בירשטיין. אין קיבוץ דערשפּירט מען אין דעם טאָג-טעגלעכן לעבן דאָס ייִדישע פֿאָלקס-לעבן. דאָס ייִדישע פֿאָלק לעבט — און דער ייִדישער שרײַבער לעבט עס מיט. אָבער וואָס? אָן דער ייִדישער שפּראַך. און ווי קען דער ייִדישער שרײַבער אחרי-כּכלות הכּל ווײַטער אויפֿהיטן דעם אוצר פֿון גלות? לשון איז דאָך אין זיך אַליין דער שענסטער מענטשלעכער אוצר, לויט בירשטיין. דאָס איז דאָס געפֿעס מיטן ווײַן צוזאַמען, דערקלערט ער. איז ווי קען זיך פֿאָרט אַן עצה געבן אַ יונגער ייִדישער שרײַבער אין אַ סבֿיבֿה וואָס רעדט העברעיִש? ארץ-ישׂראל וויל זיך דאָך אָפּרײַסן פֿונעם גלות און ווערן אַ נײַ פֿאָלק!
בירשטיין איז אָבער דער מיינונג אַז מע קען נישט אַנטלויפֿן פֿונעם עבֿר, פּונקט אַזוי ווי מע קען זיך ניט איבעררײַסן פֿון גאָט און פֿון זיך אַלײן. מע קען נישט איין טאָג פּשוט אויפֿשטיין און זאָגן „אויס מיטן אַלטן, איך ווער אַ נײַער מענטש‟.
מיט אָט די ווערטער האָט יאָסל בירשטיין טאַקע פֿאַרענדיקט דעם ערשטן צוזאַמענטרעף פֿון „יונג ישׂראל‟. בירשטיין האָט געהאַט אמונה אַז ווען די ייִדישע שרײַבער האַלטן זיך צוזאַמען, וועט זיי לײַכטער זײַן צו געפֿינען זייער אייגן קול, כּדי דאָס ייִדישע לשון זאָל קען האָבן אַ קיום אין ארץ-ישׂראל און דער עיקר — אַז מע זאָל שטאָלצירן מיט ייִדיש.
אין בירשטיינס אַרכיוו האָב איך געפֿונען אַן אָפּשניט פֿון אַן אַרטיקל געשריבן פֿון איציק מאַנגער, פֿונעם 1טן מײַ 1955, אין „דער וועקער‟.
וועגן דער „יונג-ישׂראל‟ גרופּע שרײַבט מאַנגער אַזוי:
… שטילערהייט אויפֿן אויער וויל איך אַרײַנרוימען אַ סוד דעם לייענער, אַז “יונג-ישׂראל” איז, ווײַזט אויס, נישט קיין אָנגעלייגטער אורח אין דער ייִדישער מדינה. אין דעם מאָגערן זאַמל-העפֿטל באַטייליקן זיך אַ גאַנצע ריי ייִדישע פּאָעטן און דערציילער מיט טאַלענט, און דער עיקר איז פֿאַר אונדז אָנגעלייגט דער פֿאַרמעסט צו פֿאַרפֿלאַנצן דאָס אידיש-קינסטלערישע וואָרט אין דער אַלט-נײַער ייִדישער היימלאַנדשאַפֿט. די יונגע פּאָעטן און דערציילער פֿון ישׂראל האָבן דערפֿילט ערד אונטער די פֿיס. דער נעכטיקער “וווּ געטאָגט, נישט גענעכטיקט” האָט זיך פֿאַרענדיקט. די טרויערן פֿון דורות האָבן זיך אָפּגעטאָן פֿון זייער געמיט. זיי האָבן דערפֿילט אַן אייגענעם הימל איבערן קאָפּ. די באָרוועסע וואָגלער-טריט האָבן דערפֿילט דעם הייסן ברי פֿון מדבר-זאַמדן, נישט ווי אַ לעגענדע, נאָר ווי אַ נאַקעטע וואָר. איבער די וועגן און פֿעלדער פֿון דער ישׂראל-לאַנדשאַפֿט ציטערט נישט מער דער מאַכמעדאַנישער זילבערהאָרן, נאָר ס’שײַנט ווידעראַמאָל דאָס פֿולע שמייכלענדיקע פּנים פֿון יהושע בן נון. […]
איז נישט קיין וווּנדער וואָס “יונג-ישׂראל” וויל מיט מעשׂה און ליד נאָך מער פֿאַראייגענען די נײַ-געפֿונענע לאַנדשאַפֿט. יעדעס שטיינדל, יעדעס גרעזל – ווערט אַ ליד. יעדעס דערפֿל - אַ פּאָעמע. דאָס עלעקטרישע ליכט - אַ גאַנצער שיר השירים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.