(דער ערשטער טייל פֿון אַ בינטל זכרונות וועגן דער באָבען)
אין אונדזערע צײַטן זענען ווייניק יונגע מענטשן זוכה אויסצוּוואַקסן אין אַ שטוב וווּ עס וווינען דרײַ דורות.
איך בין געבוירן געוואָרן אין אַ שטוב וווּ עס האָבן געוווינט צוזאַמען מײַנע טאַטע־מאַמע מיט די טאַטע־מאַמע פֿון מײַן מאַמע – באָבע חווה־לאה און זיידע חיים־מענדל — יעדער דור מיט זײַן אייגענער גײַסטיקער וועלט, שפּראַך און נסיון אין לעבן. און דערפֿאַר האָב איך געזען, געהערט און איבערגעלעבט צוזאַמען מיט מענטשן פֿון 19טן יאָרהונדערט, געבוירענע אין מיזרח־אייראָפּע. די באָבע חווה־לאה איז געבוירן געוואָרן אין סטאָלפּצע (שטייבץ); דער זיידע חיים־מענדל — אין דראָהיטשן; די מאַמע, ברכה, פֿון פּינסק; דער טאַטע, שמואל, פֿון סטערדין (וואָלין), און איך – פֿון ייִדישן שפּיטאָל אין בוענאָס־אײַרעס.
פֿון די אַכט זין און טעכטער וואָס די באָבע חווה־לאה האָט געהאַט זײַנען פֿיר געבליבן לעבן. די ייִנגסטע טאָכטער, דודה עליזה (פֿראַדל אויף ייִדיש), האָט געוווינט מיט אונדז ביז זי האָט עולה געווען קיין מדינת־ישׂראל אין יאָר 1949. דערצו זײַנען צוויי ברידער פֿון מײַן מאַמען — פֿעטער יוסף און פֿעטער הערשל — געקומען מיט דער גאַנצער משפּחה פֿון פּינסק קיין בוענאָס־אײַרעס אין יאָר 1937.
ארום פּסחדיקן טיש פֿלעגן זיצן בײַ אונדז, די מומע עטעלע פֿון ווילנע און די מומע לאה פֿון בריסק – צוזאַמען מיט די פֿריִער דערמאָנטע משפּחה־מיטגלידער – אַ פֿיל־שפּראַכיק געזעמל פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, וועלכע האָבן געשמועסט אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש, פּויליש און אויך שפּאַניש.
מײַן באָבע חווה־לאה איז געווען למעשׂה איינשפּראַכיק, געבוירן מן־הסתּם אָנהייב 1880ער יאָרן, איז איר ייִדיש געווען די זעלבע וואָס עס האָבן גערעדט אירע טאַטע־מאַמע און זיידע־באָבע. דער באָבעס ייִדיש איז געווען אײַנגעטונקען אין לומדישן לשון־קודש. זי פֿלעגט אַלע שבת מעבֿיר זײַן די סדרה אין חומש צוזאַמען מיט פּירושים און אַגדות אויף ייִדיש, גלײַך פֿון צאינה־וראינה. וואָך־אײַן וואָך־אויס, יאָר נאָך יאָר, פֿלעגט זי איבערחזרן דעם גאַנצן חומש מיט זײַנע פּירושים און מדרשים, וואָס האָט צוגעגעבן איר פּערזענלעכקייט אַ פּסיכאָלאָגישע טיפֿקייט און געפֿורעמט איר כאַראַקטער און געמיט.
אין דער רוסישער אימפּעריע האָט די משפּחה פֿון מײַן מאַמעס צד געלעבט פֿון דער אַרבעט פֿון מײַן זיידן חיים־מענדל שוואַרץ, ווי אַ בוכהאַלטער אין אַ טאַרטאַק, אָבער מײַן באָבע איז געווען אַ קראַסאַוויצע אין די אויגן פֿון די גויים, האָבן זיידע־באָבע געמוזט אַוועק וווינען אין דער שטאָט פּינסק. דאָרט איז די פּרנסה געווען אַ קליין געוועלב וווּ מײַן באָבע האָט פֿאַרקויפֿט קאַלך און פֿאַרב.
פֿון קינדווײַז אָן האָב איך דערפֿאַר געהערט אַ לעבעדיקן ליטוויש־ייִדיש, ווי ייִדן האָבן גערעדט זינט, לכל־הפּחות, פֿון אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דאָס ליטווישע ייִדיש האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך רוסישע ווערטער, וועלכע זענען מיט דער צײַט געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון ליטווישן ייִדיש. די משפּחה איז געגאַנגען אַלע שבת און אין די יום־טובֿים אין שיל. צוזאַמען מיטן אָפּהיטן כּשרות איז דאָס טעגלעכע לעבן געווען אײַנגעהילט אין אַ טראַדיציאָנעלן נישט־פֿאַנאַטישן סטיל. זינט איך בין געווען דרײַ יאָר אַלט און ביז נאָך מײַן בר־מצווה איז מײַן וועלט געווען באַאײַנפֿלוסט פֿון אָט דער אַטמאָספֿער. דער וואָס האָט נישט איבערגעלעבט אין זײַן קינדהייט די יום־טובֿדיקייט פֿון שׂמחת־תּורה בעת די הקפֿות אין שיל, איז נישט מסוגל צו באַגרײַפֿן וואָס מיינט אַ ליכטיקע שׂימחה פֿון אַ ציבור וואָס פֿרייט זיך פֿון גאַנצן האַרצן, האַלטנדיק אין זײַנע הענט אַ ספֿר־תּורה, דער אויטאָריטאַטיווער מקור וואָס באַפֿאַרבט זײַן לעבן מיט אַ זין. אַהרן צייטלין האָט אַמאָל וועגן דעם געשריבן אין זײַן פּאָעמע „דנאָען‟:
זײַן אָדער נישט זײַן, נישט דאָס איז די פֿראַגע. די פֿראַגע איז: זין אָדער נישט זין?
דער לוח, מיט זײַנע געדענקטעג און יום־טובֿים, האָט אָרגאַניזירט דאָס לעבן פֿון ייִדישן ציבור, אַרום געשיכטלעכע דאַטעס און טעג פֿון חשבון־הנפֿש, וועלכע האָבן געשטאַרקט דעם געפֿיל פֿון צוגעהעריקייט פֿון יעדן פּרט און יחיד, צו אַ גײַסטיקער און קולטור־טראַדיציע. אַזאַ צוגעהעריקייט באַפֿרײַט דעם יחיד פֿון זײַן איזאָלירונג און פֿירט אים אַרײַן אין אַ קאָלעקטיוו סײַ אין צײַט סײַ אין רוים.
באָבע חווה־לאה און איר טאָכטער, מײַן מאַמע, האָבן געפֿירט אין צווייען די ווירטשאַפֿט פֿון דער היים. אין מאַרק פֿלעג איך גיין אײַנקויפֿן מיט דער באָבען, פֿון זינט איך בין געווען דרײַ צי פֿיר יאָר אַלט. מיר פֿלעגן גיין צו פֿוס אַ האַלבן קילאָמעטער ביז אַ געדעקטן מאַרק, אַן אומגעהײַער גרויסער, אַ צוויישטאָקיקער. דאָס גיין אין מאַרק מיט מײַן באָבען איז געווען בײַ מיר אַן אויסערגעוויינלעכע געשעעניש, וואָס האָט זיך איבערגעחזרט אַלע דאָנערשטיק, כּדי האָבן די מעגלעכקייט צוצוגרייטן דעם שבת פֿרײַטיק אין דער פֿרי. אַזוינע עקסקורסיעס האָבן מיר געמאַכט ביז איך בין געוואָרן זעקס יאָר אַלט און אָנגעהויבן זיך לערנען סײַ אין חדר אין דער פֿרי, און סײַ אין אַ מלוכהשער שולע בײַ טאָג.
עס איז געווען פֿאַר מיר אַן איבערראַשנדיקער איבערגאַנג, פֿון אַ שטילער טראַדיציאָנעלער היים אַלע טעג פֿון דער וואָך, ביז דעם הו־האַ פֿון מאַרק. אַרײַנגייענדיק אין מאַרק פֿלעג איך זיך אָנטרעפֿן מיט אַ רעש און מיט קלינגענדיקע קולי־קולות פֿון מסחר – די פֿאַרקויפֿער און די קויפֿער. עס פֿאַרהילכט דער גרילצנדיקער רעש פֿון דער עלעקטרישער זעג פֿון לעמל דעם קצבֿ, און עס פֿאַרטויבן די געשרייען פֿון די פֿיש־פֿאַרקויפֿער וואָס פֿאַרקויפֿן פֿרישע פֿיש אין אײַזקאַסטנס, אָנגעטאָן אין הויכע שטיוול. זיי פֿאַרבעטן די קונים מיט ברייטע העוויות… און די פֿיש שטינקען, שטינקען דאָך… אַלע פֿינף חושים וואַכן אויף אין מאַרק. צו דעם אַלעם קומען צו אין אָט דעם קאַקאָפֿאָנישן כאָר, אויך די קולות פֿון די קליענטן וואָס באַלאַגערן די סוחרים, שטופּן זיך און שרײַען איבער איינער דעם צווייטן.
אָט די איבערראַשנדיקע ווירקלעכקייט האָט מיך פֿאַרכּישופֿט און צעטומלט אין איין און דער זעלבער צײַט. איך בין נאָך געווען אַ נידעריקער קאַרליק פֿון אַזוינע פֿיר צי פֿינף צי זעקס יאָר, און בין נאָך נישט דערגאַנגען ביז צו די טאָמבענק אין מאַרק כּדי צו זען וואָס עס טוט זיך דאָרט איבער מײַן קעפּל פֿון דער אַנדערער זײַט. איך האָב נאָר געהערט קלאַנגען און ריחות. דער עיקר פֿלעג איך שטיין ווי צוגעשמידט און פֿאַרוווּנדערט אַנטקעגן דעם אַרײַנגאַנג צו זושע דעם שוחט, וואָס איז געזעסן און געשאָכטן עופֿות.
איך און באָבע חווה־לאה, מיט קוישן אין די הענט, פֿלעגן שטענדיק דורכגיין אין מאַרק דעם זעלבן מאַרשרוט: מע הייבט אָן בײַ לעמל דעם קצבֿ. אַרום זײַן פֿירקאַנטיקן טאָמבאַנק, פֿון דרײַ זײַטן ווי דער אות חית, איז שטענדיק געווען אַ גראַטשקע, מענטשן זײַנען געשטאַנען קעפּ אויף קעפּ, אין צוויי צי דרײַ שורות און געוואַרט, ווער מיט געדולד, און ווער מיט שטופּערײַ. לעמל האָט פֿאַרקויפֿט כּשר פֿלייש. די קונים האָבן זיך געסטאַרעט צוצוציִען די אויפֿמערקזאַמקייט פֿון לעמלען און זײַן משפּחה, מע זאָל זיי באַדינען. לעמל און זײַן משפּחה האָבן נישט גערוט אַ רגע, באַדינענדיק זייערע קונים.
נאָכן וויזיט בײַם קצבֿ פֿלעגן מיר אַרויפֿגיין מיט די טרעפּ אויפֿן צווייטן שטאָק פֿון מאַרק, צו די פֿיש. פֿון דאָרטן און ווײַטער האָב איך געוווּסט אַז באַלד וועל איך ווערן באַלוינט פֿאַר מײַן געדולדיקייט. מיר פֿלעגן זיך ווײַטער דאָרט צוגיין צו דער פֿרוי וואָס פֿאַרקויפֿט ברויט, בייגל, געבעקס און פּלעצעלעך מיט געפּרעגלטע ציבעלעס. שוין מיד פֿון באַגלייטן מײַן באָבען פֿון איין טאָמבאַנק צו אַ צווייטן, פֿלעג איך אויפֿעסן אַ פּלעצל בעת מיר זײַנען געגאַנגען ווײַטער – מיט אָדער אָן פּוטער. איך דערמאָן זיך אַז בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַזוינע מאַכלים געווען אַ דעליקאַטעס. למשל, מיר האָבן זייער ליב געהאַט עסן כאַלעמיטקעס און כאַלעאָנקעס – דאָס וואָס מע רופֿט ריכטיקער חלה מיט קעז אָדער חלה אָן קעז.
דער הויכפּונקט פֿון דעם שפּאַציר מײַנעם מיט דער באָבען איבערן מאַרק, איז געווען בײַ דעם אָרט וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט עופֿות. שוין פֿון דער ווײַטנס פֿלעג איך דערהערן דעם קוואַקען פֿון די לעבעדיקע הינער אין זייערע שטײַגן, וועלכע זושע דער שוחט פֿלעגט פֿון דאָרטן אַרויסנעמען. זושע האָט זיי איינציקווײַז געהאַלטן אין איין האַנט, און אין דער צווייטער – דעם חלף. אַ ייִד מיט אַ געדיכטער ווײַסער באָרד, ראָזעווע באַקן און אַ קײַלעכדיקן פּנים - אַ מין „סאַנטאַ קלאַוס‟, וואָס האָט געדונגען אַ צימער אין הויז פֿון דער מומע לאה, די מומע פֿון מײַן מאַמען.
אויפֿן טאָמבאַנק פֿון געוועלב פֿון די עופֿות זענען געמאַכט געוואָרן די געשעפֿטן מיט די עופֿות, נאָך דער שחיטה. אין אַ זײַט איז געווען אַ מין אַרײַנגאַנג צו דער אַרענע פֿון די געשעענישן. דאָרט פֿלעג איך זיך אַוועקשטעלן און גאַפֿן, זעענדיק די שטײַגן אין וועלכע די הינער האָבן געליאַרעמט, דערפֿילנדיק מן־הסתּם אַז עס דערנענטערט זיך זייער סוף. זייערע קולות האָבן צוגעגעבן דעם גאַנצן סצענאַריאָ אַ דראַמאַטישע אַטמאָספֿער. הײַנט צו טאָג בין איך גענויגט צו קלערן אַז מײַן טאַלאַנט נאָכצומאַכן די קולות פֿון הינער in extremis איז נישט קיין אײַנגעבוירענער טאַלאַנט, נאָר איז דעראָבערט געוואָרן אין יענע יאָרן אין יענעם אָרט… און די קולות פֿון די הינער הילכן נאָך ביז הײַנט אין מײַן זכּרון פֿון די פּאַלעווינעס אַרויס.
אין יענע קינדעריאָרן האָב איך באַטראַכט מיט אומשולדיקע אויגן, אָן קיין שום מאָראַלישע אָפּהאַלטן, איינע פֿון די שפּײַזקייטן אין אונדזער פֿליישפֿרעסערישער וועלט. די פֿילפֿאַרביקייט אויפֿן שחיטה־שלאַכטפֿעלד האָט פֿאַרכאַפּט מײַן אויג אָנהייבנדיק פֿון דער קלאָר ווײַסער באָרד פֿון זושע דעם שוחט, צוזאַמען מיט די רויטלעכע הינער און די רויטע קאַמען פֿון די הענער, מיט דעם געלבלעכן זעגעכץ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט אויף דער פּאָדלאָגע, און ענדיקנדיק מיט דער שחיטה אַליין וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט פֿאַר מײַנע אויגן, װען זושע האָט אויפֿגעהויבן דעם בלאַנציקן חלף. אָט דאָס איז וואָס מײַנע אויגן האָבן דערזען:
זושע דער שוחט נעמט אַרויס אַ הון פֿון אַ שטײַג, ער באַרויִקט זי מיט לײַכטע גלעטן פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שוחט, אַ בעל־רחמים, פּאַמעלעך פֿאַררײַסט ער דאָס קעפּל אויף אַהינטער, און אַנטבלויזט דאָס העלדזל. זושע הייבט אויף דעם מעסער, און מיט אַ שאַרפֿער תּנועה פֿון אויסגעשאַרפֿטן חלף גיט ער אַ שניט וווּ מע דאַרף. אַ דינער רויטער שטראָם בלוט צייכנט אָפּ אַ בויגן אין דער לופֿט און נידערט אויפֿן געלן געזעגעכץ. דאָס געקוילעטע הינדל ווערט אַוועקגעוואָרפֿן אויף דער פּאָדלאָגע, און די שעקספּירישע וויזיע וואָס מיר היפּן איבער צוליב דעם כּבֿוד פֿון די געשאָכטענע, קומט צו אַ סוף.
איך וועל זאָגן אַ ליגן, אויב איך וועל טענהן אַז אין עלטער פֿון דרײַ ביז זעקס יאָר האָב איך געוואָלט ווערן אַ שוחט. אָבער אָט די גאַנצע סצענע האָט מיך פֿאַרכאַפּט, נאָך איידער איך האָב פֿאַרשטאַנען וואָס צער־בעלי־חיים איז. פֿונעם געוועלב פֿון די עופֿות זײַנען מיר צוגעגאַנגען צו די טרעפּ וואָס פֿירן אַרונטער, כּדי אײַנצוקויפֿן פֿרוכט און גרינסן. אָבער איידער מיר זײַנען אַראָפּ, האָבן מיר זיך פֿאַרהאַלטן בײַ דעם מילכיקן, וואָס פֿאַרקויפֿט כּל־מיני קעזן און מילכיקע פּראָדוקטן. בײַם אַרויסגאַנג זענען מיר אַרײַן אין אַ געשעפֿט וווּ מיר האָבן געקויפֿט געזאַלצענע הערינג אַרויסגעצויגן בלײַך פֿון אַ פֿאַס, מאַסלינעס, גרויפּן, פֿאַרשיידענע געווירצן און ניס.
אין יענער צײַט זענען אין בוענאָס־אײַרעס נישט געווען קיין פֿריזשידערן. פֿלייש און מילכיקע פּראָדוקטן האָט מען געהאַלטן אין אַן אײַזקאַסטן — אַ הילצערנעם קאַסטן וווּ מע האָט אַרײַנגעלייגט גרויסע שטיקער אײַז, וועלכע מע האָט געקויפֿט אין דער גאַס. די פֿור מיט די גרויסע שטיקער אײַז פֿלעגט קומען אויף אונדזער גאַס, און מיר פֿלעגן זיי קויפֿן לויט קוביק־מעטערס וואָס דער פֿאַרקויפֿער פֿלעגט אויסהאַקן מיט אַ ספּעציעלן אינסטרומענט.
במשך צענדליקער יאָרן האָב איך דאָ אין ישׂראל געזוכט אין יעדן אָרט וווּ איך האָב געגעסן דעם טעם פֿון אַמאָל, פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קיך בײַ אונדז אין שטוב אין בוענאָס־אײַרעס. ניין… עס איז נישט דער טעם וואָס איז געווען בײַ מיר אין דער היים, האָב איך מיט אַ ווידערווילן אַרויסגעזאָגט בײַ אַלעמען אין שטוב און בײַ מײַן שוויגער און אַפֿילו בײַ מײַן פֿרוי אין קיך. איך טענה נישט חלילה, אַז זיי האָבן נישט געוווּסט ווי אַזוי צו קאָכן, אָדער אויספֿאַרטיקן פּאָטראַוועס. פֿאַרקערט, אָבער דאָס עסן מיט זײַן געשמאַק פֿון אַמאָל איז אַנטרונען… בײַ־בײַ, סאָו־לאָנג… ביז מיט אַ קורצער צײַט צוריק, איז מיר קלאָר געוואָרן פֿאַר וואָס איך געפֿין שוין מער נישט דעם טעם פֿון אָמאָל. הײַנט קאָכט מען אויף אַ גאַז־אייוועלע אָדער אויף עלעקטרע אָבער אין די 1940ער און 1950ער יאָרן האָט מען געקאָכט אויף קוילן. לענג־אויס דער וואַנט אין קיך בײַ אונדז אין שטוב אין בוענאָס־אײַרעס איז געשטאַנען אַן אויוון אויסגעבויט מיט ציגל, מיט דרײַ עפֿענונגען, אין וועלכע עס האָבן געברענט שוואַרצע קוילן, וואָס מיר פֿלעגן אײַנקויפֿן אין אַ קוילן־געשעפֿט, לויט קילאָגראַמען.
פּלוצלינג איז מיר געוואָרן קלאָר, אַז דאָס קאָכן אויף קוילן — למשל, אַ טשאָלנט אין אײַזערנע טעפּ פֿאַרדעקט מיט אַן אײַזערנער דעקל און פֿאַרוויקלט אַרום און אַרום מיט שמאַטעס — אַזאַ טאָפּ וואָס שטייט אויפֿן פֿײַער (נישט פֿון גאַז און נישט פֿון עלעקטרע) 24 שעה, וועט דער טעם זײַן רײַכער ווי דער טעם פֿון גאַז־ און עלעקטרע־געקעכצן. די איינציקע „מאַכלים‟ וואָס מעגן האָבן אַן ענלעכן טעם, זײַנען די קומזיץ־מאַכלים וואָס חלוצים האָבן געספּראַוועט אין די ליכטיקע אויסגעשטערנטע ארץ־ישׂראל־נעכט, און געזונגען: „אַרום דעם פֿײַער/ מיר זינגען לידער/ די נאַכט איז טײַער/ זי קומט נישט ווידער// באַפּוצט די קעפּ/ מיט בלומען קראַנצן/ אַרום דעם פֿײַער/ איז גוט צו טאַנצן…‟ עס איז נישט צו פֿאַרגלײַכן אָפּגעברענטע פּאָטייטעס און פֿאַרטשאַדעטע פּראָדוקטן בײַ אַ קומזיץ מיט די גורמע פּאָטראַוועס פֿאַרגאַזטע און עלעקטריפֿיצירטע.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.