וואַרשע: ישׂראלים גלײַכגילטיק וועגן ראָלע פֿון פּאָליאַקן אינעם חורבן

Warsaw: Israelis Uninterested In What Poles Did In the Holocaust

Wikimedia

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 24, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

לאָמיך אײַך דערציילן וועגן אַן אינטערוויו וואָס די חשובֿע קאַטוילישע צײַטשריפט „טיגאָדניק פּאָוושעכנע‟ האָט געפֿירט מיטן גרויסן ישׂראלדיקן היסטאָריקער יהודה באַוער אין שײכות מיט די פּוילישע־ייִדישע באַציִונגען.

ווי מיר ווייסן האַלט די איציטיקע פּוילישע רעגירונג אַז פּוילן און דאָס פּוילישע פֿאָלק זענען געווען, פּונקט ווי די ייִדן, די קרבנות פֿון די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די פּאָליאַקן, הייסט עס, האָבן נישט גערודפֿט זייערע ייִדישע שכנים. איינע פֿון די ראיות וואָס די רעגירונג גיט איז דער פֿאַקט וואָס 6,750 פּאָליאַקן האָבן ריזיקירט מיט זייער לעבן און געראַטעוועט ייִדן. די צאָל איז גרעסער ווי אין האָלאַנד, למשל, טענהן די פּאָליאַקן. פֿאַרגעסן אָבער פֿאַרגעסט מען אַז די פּוילישע באַפֿעלקערונג איז עטלעכע מאָל גרעסער, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

באַוער זאָגט אָבער עפּעס וואָס איז קלאָר פֿאַר אויסלענדער אָבער נישט פֿאַר די פּאָליאַקן, דהײַנו, אז די גאַנצע דעבאַטע וועגן דער פּוילישער מיט־אַחריות פֿאַרן מאָרד פֿון די פּוילישע ייִדן בשעתן חורבן איז נישט קיין ייִדישע־פּוילישע דעבאַטע נאָר אַן אינערלעכע פּוילישע דעבאַטע.

איך האַלט אַז דער אַלטער פּראָפֿעסאָר, אַ געבוירענער אין פּראָג און נישט אין וואַרשע, איז גערעכט.

לאָמיר דערמאָנען אַ פּשוטן פֿאַקט. די צווייטע וועלט־מלחמה איז די לעצטע מלחמה אויף פּוילישער ערד. במילא זענען די פּאָליאַקן, וואָס האָבן, אַגבֿ, ליב געשיכטע בכלל און מלחמה־געשיכטע בפֿרט, פֿאַרנומען טאָג אײַן טאָג אויס מיט דער דאָזיקער מלחמה. ווען אַ באַזוכער פֿונעם פּלאַנעט מאַרס וואָלט געקוקט אויף די אַרטיקלען וואָס ווערן פּובליקירט כּסדר אין פּוילן אין שײַכות מיטן צווייטן וועלטקריג וואָלט ער געקאָנט קומען צום אויספֿיר אַז די צווייטע וועלטמלחמה האָט זיך נאָר וואָס פֿאַרענדיקט. אין ישׂראל, צום באַדויערן, האָט מען נישט דעם לוקסוס זיך צו פֿאַרנעמען אַזוי אינטענסיוו מיט מלחמות וואָס האָבן זיך פֿארענדיקט מיט מער ווי זיבעציק יאָר צוריק. בשעת איך שרײַב די דאָזיקע שורות ברענגט מען צו קבֿורה נאָך אַ ישׂראלדיקן סאָלדאַט דערשאָסן פֿון די „כאַמאַס‟־כּוחות אין עזה. די טרערן אויף זײַן מאַמעס פּנים זענען נאָך הייס.

באַוער באַמערקט אויך אַז כּמעט אַלע וואָס זענען נאָך אַלץ פֿאַראינטערעסירט אין דער פּוילישער־ייִדישער דעבאַטע זענען פּוילישע ייִדן. דאָס איז אַ דור וואָס שטייט שוין מיט איין פֿוס אויף יענער וועלט. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט האַלב תּל־אָבֿיבֿ גערעדט פּויליש. הײַנט זענען דאָס רובֿ געציילטע זקנים.

הייסט עס אַז די דעבאַטע וועגן דער ראָלע וואָס די פּאָליאַקן האָבן יאָ אָדער נישט געשפּילט אינעם חורבן פֿון פּוילנס ייִדן קומט פֿאָר צווישן סאַמע פּאָליאַקן. מען קען עס מסתּמא אויך דעפֿינירן ווי אַ געראַנגל פֿון די פּאָליאַקן מיט זייער געוויסן.

באַוער איז אַ היסטאָריקער און נישט קיין פּאָליטיקער. ער רעדט נישט סתּם אין דער וועלט אַרײַן כּדי עס זאָל געפֿעלן אַ געוויסן עולם. ער באַטאָנט אַז די טענה וואָס מען הערט אין פּוילן די טעג אַז דאָס רובֿ פּאָליאַקן האָבן געוואָלט ראַטעווען זייערע ייִדישע שכנים איז אַ פֿאַלשע. די וואָס האָבן יאָ געראַטעוועט ייִדן האָבן מורא געהאַט נישט נאָר פֿאַר די דײַטשן נאָר פֿאַר זייערע פּוילישע שכנים אויך, זאָגט באַוער. סטעפֿאַן גראָט ראָוועצקי, דער פֿירער פון דער פּוילישער פּאַרטיזאַנער אַרמיי, די אַרמיאַ קראַיאָוואַ, האָט זיך אַפֿילו באַקלאָגט בײַ דער פּוילישער רעגירונג אין לאָנדאָן זיי זאָלן זיך נישט באמיִען צו ראַטעווען די פּוילישע ייִדן ווײַל דאָס וויל נישט די פּוילישע באַפֿעלקערונג. הייסט עס, אַז כאָטש זיי האָבן פֿײַנט געהאַט די דײַטשן, איז די דײַטשישע פּאָליטיק לגבי די ייִדן זיי דווקא יאָ געפֿעלן.

די פּאָליאַקן טענהן אַז פּונקט ווי ס’איז דאָ אַ פּוילישער אַנטיסעמיטיזם איז פֿאַראַן אַ ייִדישער אַנטיפּאָלאָניזם זענען חוטא ומחטיא את הרבים – גיט ער צו. פּוילן אינטערעסירט נישט די ישׂראלים און במילא איז נישטאָ קיין זכר פֿון קיין אַנטי־פּוילישע געפֿילן אין ישׂראל.

די טשעכן זענען באַקאַנט פֿאַר זייער הומאָר. באַוער, אַ טשעכישער ייִד, האָט דערציילט דער זשורנאַליסטין פֿון דער פּוילישער צײַטשריפֿט אַז געשיכטע אינטערעסירט נישט דעם ייִנגערן דור אין ישׂראל. ווען איר פֿרעגט זיי ווער אַזוינס איז בן־גוריון וועלן זיי אײַך זאָגן אַז דאָס איז אַ פֿליפֿעלד.

אַגבֿ, גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער אַז איך האָב נישט קיין טעות אינטערעסירן פּוילן און די פּאָליאַקן די אַמעריקאנער אויך זייער ווייניק. פֿון די עטלעכע מיליאָנען וואָס פֿאָרן טאָג אײַן טאָג אויס אויפֿן קאָשטיושקאָ בריק אין ניו־יאָרק, ווייסן זייער ווייניק מסתּמא ווער איז געווען דער וואַזשנער פּאָליאַק קאָשטיושקא וואָס זײַן נאָמען קענען זיי אַפֿילו נישט אַרויסרעדן ווי געהעריק. בײַ די פּאָליאַקן איז דאָס אפֿשר אַ גרויסע איבערראַשונג, אָבער איר, טײַערע פֿרײַנד, וויסט אַז איך זאָג נעבעך דעם ריינעם אמת.