ווי ס׳איז גוט באַקאַנט זענען אַ סך קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה געבוירן געוואָרן אין „די־פּי‟־לאַגער. מײַן גורל איז אָבער געווען גאָר אַן אַנדערער: די ערשטע צוויי יאָר פֿון מײַן לעבן, איידער מײַנע עלטערן האָבן עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל, האָב איך געוווינט אין אַ פּרעכטיק גבֿיריש הויז אינעם שטעטעלע טראַדאַטע, צפֿון־איטאַליע.
”ווילע מאיר“, ווי דאָס הויז האָט געהייסן, איז געווען אַרומגערינגלט מיט רײַכע סעדער און אַ שיינעם גאָרטן. דער אייגנטימער פֿון דער ווילע, סאַלי מאיר, איז געווען אַן אינדוסטריאַליסט, פֿילאַנטראָפּ און ציוניסטישער פֿירער. בשעת דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין דער שווייץ און געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון מילאַן. צוזאַמען מיט זײַן זון אַסטאָרע האָט ער געהאָלפֿן אַבסאָרבירן די טויזנטער פּליטים פֿון די ”די־פּי־לאַגערן“ וואָס זענען אָנגעקומען אין איטאַליע. דעמאָלט האָט ער אויך באַשלאָסן איבערצוגעבן די ווילע צו די ייִדישע פּליטים וואָס זענען נאָך דער מלחמה געקומען קיין איטאַליע.
איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָט געוווינט אין ”ווילע מאיר“ אין דער זעלביקער צײַט ווי מײַן משפּחה איז געווען שמואל עצמון, דער וואָס האָט שפּעטער געגרינדעט דעם ”ייִדישפּיל“־טעאַטער אין ישׂראל. לויט עצמונען איז סאַלי מאיר געווען אַ פֿרומער און האָט געליגן זײַן ווילע צו די מיטגלידער פֿון ”תּורה ועבֿודה,“ אַ פֿרומע אָרגאַניזאַציע, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די קיך זאָל בלײַבן אַ כּשרע. (מיט יאָרן שפּעטער האָט מײַן טאַטע געאַרבעט פֿאַר עצמונען ווי אַ קלאַנג־ און ליכט־אינזשעניר בעת די אויפֿטריטן פֿון די קאָמיקער דזשיגאַן און שומאַכער.)
עס קען זײַן, אַז מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן אידעאַליזירט די געשיכטע מיט דער „ווילע מאיר‟ ווײַל זי איז זיכער געווען געפּאַקט מיט מענטשן און מסתּמא איז זיי דאָרט געווען ענג. פֿון דעסט וועגן האָבן זיי בלויז גערעדט מיט וואַרעמקייט וועגן זייערע דרײַ יאָר אין איטאַליע. דער טאַטע האָט דערציילט מיט באַוווּנדערונג ווי די איטאַליענישע פּויערים האָבן געזונגען גאַנצע אָפּערעס אויף אויסנווייניק און ער האָט גוטמוטיק נאָכגעמאַכט ווי די איטאַליענער מאַכן אַ גערודער בײַם שפּילן אין קאָרטן אויף דער גאַס. אָט די זכרונות זענען געווען גאָר אַנדערש ווי זייערע זכרונות פֿון פּוילן וואָס זיי האָבן דערציילט מיט אַ טרויעריק געמיט, ווײַל אַלץ איז בײַ זיי דאָרט פֿאַרשניטן געוואָרן.
כאָטש די ייִדן אין ”ווילע מאיר“ זענען געקומען פֿון גאַנץ מיזרח־אייראָפּע און האָבן געקענט אָן אַ שיעור שפּראַכן, איז ייִדיש דאָרטן געוואָרן די הויפּטשפּראַך. זי איז אויך געוואָרן מײַן אייגן מאַמע־לשון. בײַנאַכט פֿלעגן די ייִדן זינגען ייִדישע און העברעיִשע לידער און שפּילן אינסטרומענטן. דער טאַטע, וואָס איז געווען אַ געבוירענער קאָמיקער, האָט ספּאָנטאַן אויסגעטראַכט קאָמעדיע־סקיצן אָדער רעציטירט מעשׂיות פֿון שלום־עליכם אויף ייִדיש.
כאָטש מײַנע אייגענע ערשטע זכרונות זענען פֿון מײַנע קינדעריאָרן אין ישׂראל האָב איך פֿאָרט געירשנט טאַטע־מאַמעס ליבשאַפֿט פֿאַר דעם זוניקן וואַרעמען אָרט וווּ זיי האָבן געוווינט נאָכן חורבן ווײַל מײַן גאַנץ לעבן האָב איך ליב אַלץ איטאַליענישס.
מײַנע עלטערן, אַבֿרהם און רחל בעקערמאַן, האָבן ביידע איבערגעלעבט פֿיר און אַ האַלב יאָר אין דער לאָדזשער געטאָ און זענען דערנאָך דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ. נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיי, זוכנדיק קרובֿים, זיך ביידע אומגעקערט קיין לאָדזש. קיין נאָענטע האָבן זיי דאָרטן ניט געפֿונען. דער טאַטע איז געווען אַ ציוניסט און האָט נאָך פֿאַר דער מלחמה פּלאַנירט צו פֿאָרן קיין פּאַלעסטינע. נאָך דעם וואָס ער האָט פֿאַרלוירן כּמעט די גאַנצע משפּחה, איז פֿאַר אים קיין אַנדער פּלאַץ אַחוץ ארץ־ישׂראל ניט געווען.
ס׳האָט מיר געדויערט אַ סך יאָרן ביז איך בין געווען גרייט אויסצוהערן אַלצדינג וואָס מײַנע עלטערן האָבן דורכגעלעבט. ווען כ׳בין סוף־כּל־סוף יאָ געווען גרייט, איז אָבער געווען צו שפּעט. ביידע זענען שוין געווען אויף יענער וועלט. כ׳האָב אָבער זינט דעמאָלט אַ סך געלייענט וועגן יענעם קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע און דערבײַ באַוויזן צונויפֿצושטיקעווען די אינפֿאָרמאַציע פֿון יענע ביכער צוזאַמען מיט די פּערזענלעכע פּרטים וואָס מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן מיר יאָרן לאַנג דערציילט. אָט וואָס איך האָב זיך דערוווּסט…
גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אין אייראָפּע געהערשט אַ הפֿקר. אין 1946 האָט די בריטישע רעגירונג, וואָס האָט געהאַט אַ מאַנדאַט פֿון דער ”פֿעלקער־ליגע“ צו רעגירן איבער פּאַלעסטינע, שטאַרק באַגרענעצט די צאָל ייִדן וואָס קענען זיך דאָרטן באַזעצן. האָבן די ייִדן וואָס האָבן געוואָלט אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל בלויז געהאַט איין ברירה: צו פֿאָרן אַהין אומלעגאַלערהייט.
מיט אַ יאָר פֿריִער איז געהאַט אויפֿגעקומען אַן אונטערערדישע באַוועגונג ”בריחה“ (אַנטלויפֿונג) צו העלפֿן ייִדן אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל. געטאָ־קעמפֿער ווי אַבא קאָוונער פֿון ווילנע און יצחק צוקערמאַן פֿון וואַרשע, וואָס האָבן זיך געהאַט פֿאַראייניקט מיט די פּוילישע פּאַרטיזאַנער כּדי צו קעמפֿן קעגן די נאַציס, האָבן נאָך דער מלחמה אָנגעהויבן אַרויסשמוגלען ייִדן פֿון די ”די־פּי“־לאַגערן, זיי זאָלן קענען עמיגרירן קיין פּאַלעסטינע.
”בריחה“ איז שפּעטער געוואָרן אַ טייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע ”מוסד לעלייה ב׳,“ אַן אונטערערדישע באַוועגונג וואָס האָט אַריבערגעפֿירט 250,000 ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע קיין ארץ־ישׂראל. (אַ טייל פֿון יענע פֿירער האָבן שפּעטער געגרינדעט דעם „מוסד‟, ישׂראלס מלוכישן אויסשפּיר־דינסט.)
פֿון 1945 ביז 1947 איז דער ”מוסד לעלייה ב׳“ געוואָרן אַקטיוו אין אַלץ מער אייראָפּעיִשע לענדער. צוזאַמען מיט ”בריחה“ האָבן זיי געהאָלפֿן ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה דורכצופֿאָרן טשעכאָסלאָוואַקײַ, יוגאָסלאַוויע, רומעניע, גריכנלאַנד און איטאַליע כּדי צו דערגרייכן פּאַלעסטינע.
איטאַליע איז געווען זייער אַ וויכטיקער אָפּשטעלאָרט, ווײַל דאָרט זענען געווען אָן אַ שיעור האַוונס, פֿון וועלכע די פּליטים האָבן געקענט געהיים אַרויספֿאָרן אויף אַ שיף, און אויך ווײַל עס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אין איטאַליע די ”ייִדישע בריגאַדע“. די ”בריגאַדע“ איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון די אַקציעס פֿונעם ”מוסד לעלייה ב׳“.
נאָך דער מלחמה איז דער טאַטע צוריקגעפֿאָרן קיין לאָדזש, וווּ ער האָט זיך דערוווּסט וועגן ”בריחה“ און זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט איר שליח אין לאָדזש. אַזוי איז ער אַליין געוואָרן אַ וואָלונטיר פֿאַר דער באַוועגונג. מײַן מאַמע און איר שוועסטער האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן אין דער גרופּע. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז זיי האָבן פֿאַרלאָזט לאָדזש מיט דער הילף פֿון אַ ”בריחה“־וועגווײַזער און האָבן אָן פּאַפּירן געגנבֿעט די גרענעץ צווישן פּוילן און טשעכאָסלאָוואַקײַ, גייענדיק אויף אַ געהיימען שליאַך. אין דער פֿרי זענען זיי געפֿאָרן אויף אַ באַן קיין בראַטיסלאַווע, וווּ זיי האָבן זיך באַגעגנט מיט אַנדערע שליחים. נאָך עטלעכע טעג האָט מען זיי געפֿירט צו אַ באַן וואָס איז געפֿאָרן קיין ווין, און דאָרט האָבן זיי זיך באַזעצט אין אַ ”די־פּי“־לאַגער, וווּ זיי זענען געבליבן 6 חדשים לאַנג און דאָרטן חתונה געהאַט.
דער „די־פּי‟־לאַגער איז מסתּמא געווען ”טראָפֿיאַך“ — איינער פֿון די גרעסטע ”די־פּי“־לאַגערן אין עסטרײַך. דאָרטן זענען די באַדינגונגען געווען זייער שווער. אין די עסטרײַכישע לאַגערן האָבן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה זיך אָנגעשלאָסן אין די ציוניסטישע באַוועגונגען און מיט דער הילף פֿון די שליחים אין פּאַלעסטינע האָבן זיי געגרינדעט ציוניסטישע קיבוצים, וווּ זיי האָבן געאַרבעט אין איינעם, זיך געלערנט העברעיִש און דורכגעמאַכט די ”הכשרה“־טרענירונג, דורך וועלכער זיי האָבן זיך געלערנט וועגן אַגריקולטור און אַנדערע פֿאַכן, וואָס וועלן זײַן נוצלעך בײַם באַזעצן זיך אויף אַ קיבוץ אין פּאַלעסטינע.
איך האָב נישט געוווּסט ביז לעצטנס, אַז דאָס פֿליסיקע עבֿרית וואָס מײַנע עלטערן האָבן גערעדט אין ישׂראל האָבן זיי זיך געהאַט אויסגעלערנט אין „די־פּי‟־לאַגער אין עסטרײַך, און שפּעטער אין איטאַליע.
מײַן מאַמע האָט מיר דערציילט אַז ווען זי און דער טאַטע האָבן פֿאַרלאָזט ווין כּדי אָנצוקומען קיין איטאַליע, זענען זיי געפֿאָרן אויף אַ לאַנגער און שווערער נסיעה, גנבֿענענדיק עטלעכע גרענעצן מיט דער באַן. צוליב דעם וואָס ס׳איז שטענדיק געווען אַ סכּנה, אַז די אַנטיסעמיטישע קאָנדוקטאָרן וועלן זיי כאַפּן, פֿלעגן זיי פֿאַרלאָזן די באַן יעדעס מאָל וואָס זי האָט זיך אָפּגעשטעלט. ליגנדיק אויף די רעלסן פֿלעגן זיי וואַרטן, ביז די באַן האָט אָנגעהויבן פֿאָרן. דערנאָך פֿלעגן זיי אַרײַנשפּרינגען אין דער שוין זיך רירנדיקער באַן.
אין אַ קאַלטער נאַכט אין סעפּטעמבער זענען אַרום 100 מענטשן, אַלע מיטגלידער פֿון ”תּורה ועבֿודה,“ געפֿאָרן מיט פֿאַלשע דאָקומענטן אויף דער באַן קיין צאַלפֿעלדען, אַ קליין שטעטעלע לעבן דער גרענעץ צווישן עסטרײַך און איטאַליע. אין דער פֿרי האָבן זיי במשך פֿון 10 שעה אַרויפֿגעקלעטערט אויף אַ באַרג פֿון 1,500 מעטער ביז זיי האָבן דערגרייכט די גרענעץ צווישן עסטרײַך און איטאַליע. צו יענער צײַט האָט מײַן מאַמע שוין געטראָגן מיט מיר.
אינעם וואַלד האָבן זיי זיך געטראָפֿן מיט מיטגלידער פֿון דער ”ייִדישער בריגאַדע,“ מיט וועמען זיי זענען געפֿאָרן אין צוגעדעקטע לאַסטאויטאָס קיין ”ווילע מאיר“ וווּ ר׳ אַסטאָרע מאיר האָט זיי מקבל־פּנים געווען מיט אַ ריזיקער סעודה.
נישט לאַנג נאָך דעם ווי מיר זענען אָנגעקומען אין איטאַליע האָט אַ פֿאָרשטײער פֿון דער ”ייִדישער בריגאַדע“ געמאָלדן אַז מע זוכט אַ וואָלונטיר, וואָס זאָל צוריקפֿאָרן קיין עסטרײַך און אַריבערברענגען נאָך אַ גרופּע ייִדן קיין איטאַליע. מײַן טאַטע, וואָס האָט יונגערהייט געהאַט געדינט אין דער פּוילישער אַרמיי און האָט ליב געהאַט צו שפּאַצירן אין די קאַרפּאַטן־בערג, האָט אָנגענומען דאָס געהיימע שליחות. במשך פֿון 1946־1947 האָט ער אַכט חדשים לאַנג געהאָלפֿן איבערפֿירן גרופּעס ייִדן קיין איטאַליע.
יאָרן לאַנג האָב איך אַליין געוואָלט באַזוכן די „ווילע מאיר‟. אין די סוף־1990ער יאָרן האָב איך מיט מײַן מאַן געמאַכט אַ רײַזע קיין איטאַליע און דאָרט געפֿאָרן קיין טראַדאַטע. צום גליק האָבן מיר טאַקע געפֿונען ”ווילע מאיר“ אָבער קיינער האָט גאָרנישט געוווּסט וועגן איר געשיכטע.
ערשט אין פֿרילינג 2017 האָבן מיר, בשעתן פּלאַנירן נאָך אַ רײַזע קיין איטאַליע, זיך אָנגעשטויסן אין אַ בוך אויף איטאַליעניש פֿונעם היסטאָריקער אַלבערטאָ גאַגליאַרדאָ, ”די ייִדן אין דער פּראָווינץ וואַרעסע־טראַדאַטע 1938־1947.“.
מיר האָבן זיך אויך דערוווּסט וועגן אַ צווייט בוך אויף איטאַליעניש וועגן טראַדאַטע, רעדאַקטירט פֿון מאַרקאָ פּאַגאָנאָני, ”רעקאָנסטרוקציע און דאָס ווערן רעקאָנסטרויִרט.“
ווי אַ רעזולטאַט פֿון די צוויי געפֿינסן האָבן מיר אין יוני 2017, בעת אונדזער רײַזע אין איטאַליע, זיך געטראָפֿן מיטן מחבר פֿונעם ערשטן בוך, אַלבערטאָ גאַגליאַרדאָ אין וועראָנע. ער האָט אונדז דערציילט, אַז ער האָט זיך געטראָפֿן מיט סאַלי מאירס אייניקל, מאַריאַ לויִסאַ מאיר־מאָדענאַ, וואָס וווינט הײַנט אין מילאַן. גאַליאַרדאָ האָט אונדז געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט איר און מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָבן מיר זי באַזוכט אין מילאַן.
פֿרוי מאיר־מאָדענאַ איז אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון לינגוויסטיק וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון דער איטאַליענישער שפּראַך. אין דער תּקופֿה פֿון דער ”עליה ב׳“ איז זי געווען אַרום אַכט יאָר אַלט און האָט זיך געטראָפֿן מיט אַלע אָנפֿירער פֿון דער באַוועגונג אין איר הויז. מיר האָבן זיך געטיילט מיט אונדזערע קינדער־זכרונות — איך האָב איבערגעגעבן די טיפֿע דאַנקבאַרקייט פֿון אַ משפּחה שארית־הפּליטה ייִדן, וואָס פֿרוי מאיר־מאָדענאַס טאַטע און זיידע האָבן אַרײַנגענומען צו זיך אין שטוב — און זי האָט איבערגעגעבן אירע אייגענע זכרונות אויפֿוואַקסנדיק אין אַ משפּחה פֿון ברייטהאַרציקע ראַטירער.
ס׳איז געווען אַן עמאָציאָנעלע באַגעגעניש וואָס האָט מיך דערלויבט, סוף־כּל־סוף, צו שליסן אַ וויכטיקן קאַפּיטל פֿון מײַן משפּחה־געשיכטע, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט 70 יאָר צוריק.
ד”ר רבקה גרינבערג איז אַ פּסיכאָלאָג און פּסיכאָאַנאַליטיקער װאָס װוינט הײַנט אין ניו יאָרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.