ווי באַקאַנט, טראָגט דער ערשטער שבת נאָך תּשעה־באָבֿ דעם נאָמען „שבת־נחמו‟. אין דער הפֿטורה לייענען מיר די ווערטער פֿונעם נבֿיא ישעיה, וועלכער טרייסט די ייִדן און זאָגט זיי צו, אַז נאָכן גלות וועט, סוף־כּל־סוף, קומען די גאולה.
אין אונדזער סדרה בעט משה רבינו דעם אייבערשטן אים לאָזן אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל. דער אייבערשטער זאָגט זיך אָפּ אויסצופֿירן משהס בקשה צוליב די זינד פֿונעם פֿאָלק. פֿון דעסט וועגן, האָט משה רבינו זוכה געווען צו זען ארץ־ישׂראל, אָבער נישט אינעם געוויינטלעכן זין. די חז״ל דערקלערן, אַז ווען ער איז אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן שפּיץ באַרג, האָט זיך פֿאַר אים על־פּי־נס אַנטפּלעקט דאָס גאַנצע הייליקע לאַנד.
די מפֿרשים דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים די גײַסטיקע פֿאַרבונדונג פֿון דער הײַנטיקער פּרשה און דער נחמה־צײַט נאָך די בין־המצרים. אַפֿילו דער נאָמען פֿון דער פּרשה, „ואתחנן‟, וואָס פֿאַלט יעדעס יאָר אויס נאָכן תּשעה־באָבֿ, איז לינגוויסטיש פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „נחמה‟.
פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: ווי אַזוי שטימט די פּרשה מיט דער משיחישער האָפֿענונג פֿון דער הפֿטורה? אַדרבה, זעען מיר דאָך, אַז נישט געקוקט אויף משה רבינוס בקשות, איז ער נאָך אַלעמען ניפֿטר און באַערדיקט געוואָרן אינעם מידבר. אויב דער גרעסטער נבֿיא און צדיק האָט נישט זוכה געווען סתּם צו באַזוכן ארץ־ישׂראל צוליב די עבֿירות פֿון אַנדערע מענטשן, ווי אַזוי קאָנען מיר, פּשוטע זינדיקע מענטשן, חלומען פֿון משיחס צײַטן?
דער נאָמען פֿון אונדזער פּרשה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענעם פֿילזיניקן רעפֿלעקטיוון ווערב, וואָס מיינט „און עס האָט זיך מיר געדאַוונט‟. דער דאָזיקער ווערב שטאַמט אויך פֿונעם זעלבן שורש, ווי דער מענטשלעכער נאָמען חנינה, וואָס די חז״ל דערמאָנען צווישן די מעגלעכע נעמען אָדער סימבאָלישע טיטלען פֿונעם מלך־המשיח. אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע משיחישע נעמען שטאַמען פֿונעם זעלבן אָדער ענלעכן שורש: נחמיה, נחמן און מנחם – פֿונעם וואָרט „נחמה‟. אויב אַזוי, קאָן מען אָפּטײַטשן משה רבינוס תּפֿילה אויף אַ מער קאָמפּליצירטן אופֿן: ווען ער האָט געבעטן אַרויסצוגיין פֿונעם מידבר צוזאַמען מיטן יונגן דור ייִדן, האָט ער פּלוצעם דערפֿילט אַ משיחיש התפּעלות. פֿאָרט, איז ער דאָך געבליבן אינעם מידבר.
„עסן עסט זיך, טרינקען טרינקט זיך, וואָס קען מען טאָן, אַז סע דאַוונט זיך ניט?‟ דעם ניגון מיט אָט־די ווערטער האָט געשאַפֿן הרבֿ טובֿיה בעלקין, איינער פֿון די ערשטע ליובאַוויטשער טוער אין ניו־יאָרק – אַ באַגאַבטער מעשׂה־דערציילער און אַ גוטער זינגער. מיט זײַן ניגון האָט ער געוואָלט איבערגעבן דעם אַמאָליקן חסידישן צוגאַנג צום לעבן. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אין אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע בעת דער גרויסער דעפּרעסיע, האָבן אַ סך מענטשן אָפֿט נישט געהאַט וואָס צו עסן. פֿון דעסט וועגן, האָבן די פֿרומע ייִדן פֿונעם אַלטן דור געגלייבט באמונה שלמה, אַז דער אייבערשטער וועט זיי אַרויסהעלפֿן.
אַדרבה, ווען מע לעבט אין אַ שווערן אומסטאַבילן מצבֿ, איז צומאָל גרינגער צו דאַוונען בכּוונה, הגם עס טרעפֿט זיך אויך פֿאַרקערט, ווען אַ פֿאַריאָגטער מענטש האָט נישט קיין כּוח צו דאַוונען נאָך דער שווערער אַרבעט. בדרך־כּלל אָבער, ווען עס פֿעלט סטאַביליטעט בגשמיות, הייבט מען אָן מער אַקטיוו זוכן רוחניות.
עס דאַוונט זיך בעסער, ווען דאָס „עסן עסט זיך‟ איז נישט אַלעמאָל אַ גאַראַנטירטער פֿאַקט. מען דערשפּירט שטאַרקער, אַז דער באַשעפֿער פֿירט די וועלט בהשגחה־פּרטית. להיפּוך, ווען דאָס לעבן איז סטאַביל, פֿאַרזיכערט און באַזאָרגט, הייבט מען אָן צו פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר יעדער פּרוטה און פֿאַר יעדן שטיקל ברויט דאַרף מען באַדאַנקען דעם רבונו־של־עולם. באַקומט זיך, אַז „סע דאַוונט זיך ניט‟, ווען מע פֿירט אַ גרינג לעבן אָן זאָרג.
אין ראַציאָנאַליסטיש געשטימטע מאָדערנע שילן רעדט מען בכלל זעלטן פֿון משיחס צײַטן און משיחישע ענינים. אין די חסידישע קהילות, ווען מע רעדט יאָ דערפֿון, שטעלט דער עולם זיך פֿאָר אַ צײַט, ווען עס וועלן בטל ווערן אַלע זאָרגן וועגן פּרנסה, עסן און אַנדערע גשמיותדיקע זאַכן. אין משיחס צײַטן וועט מען קאָנען זיך אינגאַנצן אָפּגעבן מיט עבֿודת־השם. צום באַדויערן, פֿאַרגעסט מען, אַז די אמתע גאולה האָט צו טאָן מיט רוחניות; דאָס גשמיותדיקע וווילזײַן איז בלויז אַ בײַ־עפֿעקט פֿונעם משיחישן רוחניותדיקן תּיקון־עולם.
אונדזער פּרשה דערציילט, אַז משה רבינוס בקשה איז נישט מקוים געוואָרן, האָט זיך אים געדאַוונט. די תּפֿילה־ווערטער האָבן זיך אַליין געגאָסן פֿון זײַן מויל און האַרצן, פֿול מיט אַ משיחישער נחמה־האָפֿענונג. דאָס גופֿא ווײַזט, אַז זײַן פּערזענלעכע גאולה האָט משה רבינו זיכער דערגרייכט. זײַן מיסיע אין דער וועלט האָט ער מיט גרויס דערפֿאָלג פֿאַרענדיקט, איבערגעגעבן די פֿירערשאַפֿט צו זײַן טײַערן תּלמיד יהושע בן־נון. מיטן געבענטשטן לאַנד האָט ער זיך באַקענט אַפֿילו בעסער, ווי בעת אַ געוויינטלעכער נסיעה. אין זײַן נבֿיאישער וויזיע האָט משה זוכה געווען צו באַזוכן דאָרטן יעדן פֿאַרבאָרגענעם ווינקל.
אינעם פֿאָריקן פּרשה־אַרטיקל האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן פּאַראַדאָקס: אונדזערע טיפֿסטע ספֿרים, תּפֿילות און אַנדערע אוצרות זענען געשאַפֿן געוואָרן דווקא בזמן־הגלות. אין יעדן דור זענען געוויסע יחידים צוגעקומען צו זייערע פּערזענלעכע גאולה־צײַטן, נישט געקוקט אויף די שווערע לעבנס־ביאָגראַפֿיעס, און איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ ריזיקע ירושה. גשמיות איז אַוודאַי וויכטיק, אָבער מע טאָר נישט אַרײַנפֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿון גראָבע מאַטעריאַליסטישע פֿאַנטאַזיעס. די פּאַראַדאָקסאַלע פֿאַרבינדונג פֿון דער קומענדיקער גאולה און משה רבינוס בקשה פֿאַר דער פּטירה לייגט זיך גאַנץ גוט אויפֿן שׂכל, ווײַל אין אונדזער הײַנטיקער גלות־תּקופֿה דערשפּירן מיר דעם עכטן גאולה־טעם נישט ווען עס עסט זיך, נאָר ווען עס דאַוונט זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.