פֿון די אַרכיוון: „גאָלדס‟־כריין שאַפֿט אַ רעוואָלוציע

From the Archives: Golds' Horseradish Creates a Revolution


פֿון יונה לובין

Published July 26, 2018.

[איינער פֿון אַ סעריע טשיקאַווע רעקלאַמעס פֿון די פֿאָרווערטס־אַרכיוון, צוזאַמען מיט זייער היסטאָרישן קאָנטעקסט.]

לכתּחילה געדרוקט: דעם 22סטן סעפּטעמבער 1959

הגם ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן קויפֿן הײַנט גרייט געמאַכטן כריין אין געשעפֿט, בפֿרט פֿון דער פֿירמע „גאָלדס‟, איז אָבער ניט אַלעמאָל געווען אַזוי.

בײַ אַ סך בעלי־הביתטעס איז דאָס צוגערייטן כריין געווען אַ שווערע עובֿדה. קודם, דאַרף מען צעשנײַדן און אָפּרייניקן דעם כריין־וואָרצל און אים גוט צערײַבן. אַזוי ווי בײַם שנײַדן ציבעלעך, קומט אַרויס ווען מע צערײַבט כריין אַ כעמיקאַל, וואָס קיצלט די נאָז און רופֿט בײַ די אַרומיקע לײַט אַרויס טרעטן.

געגרינדעט אין 1932 אין ברוקלין דורך טילי און הײַמאַן גאָלד, איז „גאָלדס‟ געווען איינע פֿון די ערשטע פֿירמעס מאַסנווײַז צו פֿאַבריצירן כריין. אין זייער דירות־הויז פֿלעג טיליע מיט דער האַנט צערײַבן דעם כריין און אים אַרײַנטאָן אין סלויען. דערנאָך פֿלעגט זי צוקלעפּן עטיקעטן, ניצנדיק אַ פּאַסטע געמאַכט פֿון וואַסער און ווייץ. צום סוף איז די אַרבעט אַריבער אין אַ פֿאַבריק און אין גיכן איז כריין שוין מער נישט געווען בלויז אַ געווירץ צו באַגלייטן געפֿילטע פֿיש, נאָר אַ באַליבטער געווירץ־סאָס אין קיכן איבער גאַנץ אַמעריקע.