אַן אינטערנאַציאָנאַלע מאַנשאַפֿט פֿון אַרכעאָלאָגן, וואָס גראָבן שוין עטלעכע יאָר אויפֿן אָרט, וווּ ס׳איז געשטאַנען די גרויסע שיל פֿון ווילנע, האָבן לעצטנס אַנטדעקט איר אַמאָליקע בימה. די גרויסע שיל, וואָס מע האָט געבויט אינעם 17טן יאָרהונדערט, איז צום טייל חרובֿ געוואָרן דורך די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און שפּעטער געוואָרן אין גאַנצן צושטערט דורך די סאָוועטן.
דער ווילנער בירגערמײַסטער, רעמיגיוס סימאַסיוס, האָט דערקלערט דער נײַעס־אַגענטור AFP, אַז מע וועט אַראָפּרײַסן דעם בנין פֿון אַן עלעמענטאַר־שול, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן אָרט פֿון דער אַמאָליקער גרויסער שיל און אויפֿבויען אַ דענקמאָל לזכר דער באַרימטער שיל. דער דענקמאָל, וואָס וועט אַרײַננעמען אַן אויסשטעלונג פֿון אַלטע חפֿצים פֿאַרבונדן מיט דער שילס געשיכטע, וועט מען פֿאַרענדיקן פֿאַרן יאָר 2023, ווען די ליטווינער וועלן פֿײַערן דאָס 700סטע יאָר פֿון זייער הויפּטשטאָט.
די אַנטדעקונג פֿון דער בימה האָט אַנאָנסירט דזשאָן זעליגמאַן, דער דירעקטאָר פֿון אויסגראָבונגען בײַ דער ישׂראלדיקער אַגענטור פֿאַר אַלטימלעכקייטן. מע האָט געפֿונען די סטרוקטור אונטערן ביוראָ, וווּ עס האָבן געאַרבעט די דירעקטאָרן פֿון אַ געוועזענער עלעמענטאַר־שול, וואָס די סאָוועטן האָבן געבויט אין די 1950ער יאָרן כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדן זאָלן דאָרטן ניט אויפֿבויען קיין שיל אָדער אַנדער ייִדישן קולטור־צענטער.
די גרויסע שיל האָט מען געבויט אין 1630 אויף אַן אָרט, וווּ ס׳איז געשטאַנען אַן אַנדער שיל, געבויט אין 1440.
דרײַ שטיק מעבל פֿון דער שיל קען מען שוין זען בײַם אָרטיקן ייִדישן מוזיי אויפֿן נאָמען פֿונעם ווילנער גאון. צווישן זיי געפֿינט זיך אַ טירל פֿונעם ארון־קודש.
די אויסגראָבונגען, וואָס ווערן אָנגעפֿירט דורך אַ מאַנשאַפֿט ליטווישע, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָגן, ווערט אונטערגעשטיצט, צום גרעסטן טייל, דורך אַ ליטווישן פֿאָנד, בעצם — די געלטער, וואָס די ייִדישע קהילה האָט באַקומען בײַם פֿאַרקויפֿן בנינים, וואָס די דײַטשן און סאָוועטן האָבן בײַ זיי צוגענומען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.