נישט לאַנג צוריק האָט ד״ר מיכאַיִל איצקאָוויטש, אַ היסטאָריקער פֿון סאַמאַרע, רוסלאַנד, אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן זײַן עלטער־זיידן, נחום־לייב (לעוו) נאַטאַנזאָן — איינער פֿון די רעדאַקטאָרן בײַם באַרימטן סאָוועטיש־ייִדישן פֿאַרלאַג „דער עמעס‟, דער צענטראַלער ייִדישער פּרעסע־אָרגאַן אינעם דעמאָלטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד. צווישן אַנדערע ענינים, ווערט אינעם בוך געשילדערט דאָס לעבן פֿון ייִדישע שרײַבער, רעדאַקטאָרן און פֿאַרלעגער אין סטאַלינס תּקופֿה. איצקאָוויטש איז אויך אַ גוטער דערציילער, האָט זיך טאַקע באַקומען אַ לעבעדיקע און באַלערנדיקע ביאָגראַפֿיע.
נאַטאַנזאָן איז געבוירן געוואָרן אין 1889 בײַ אַ משפּחה פֿון אַ נייטאָרין און אַ מלמד. ווי אַ 16־יאָריק ייִנגל, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ זעצער אין אַ מאָדערנער טיפּאָגראַפֿיע, אויסגעשטאַט מיט אַן עלעקטרישן דרוקפּרעס — אין יענער צײַט אַ חידוש. וואָס שייך שׂכירות און אַרבעטער־רעכט, איז עס געווען אַ רעלאַטיוו פּריווילעגירטע, אָבער צוליב דער שוואַכער ווענטילאַציע און בלײַ־אָפּסמונג — זייער אַן אומגעזונטע פֿאַך.
זײַענדיק שוין אַ געניטער פֿאַכמאַן, האָט דער זעצער זיך באַלד נאָך דער רעוואָלוציע געלאָזט קיין מאָסקווע און דאָרטן ממשיך געווען זײַן קאַריערע. נאָך אַ דרײַ־חדשימדיקער זומער־נסיעה קיין ניו־יאָרק, וווּ עס האָט געוווינט זײַן עלטערער ברודער מלך (מאַקס), האָט דער זעצער זיך אומגעקערט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער מחבר פֿונעם בוך איז זיך משער, אַז מאַקס נאַטאַנזאָנס קרובֿים וווינען הײַנט אין אַמעריקע; ער ווייסט אָבער גאָרנישט וועגן זיי.
אין 1924 איז די מאָסקווער „ייִדישע פּאָליגראַפֿישע שול‟, וווּ לעוו נאַטאַנזאָן האָט געאַרבעט, געוואָרן אַ טייל פֿונעם פֿאַרלאַג „דער עמעס‟. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז דער פֿאַרלאַג האָט אויך אַרויסגעגעבן אַן אינערלעכע צײַטונג „עמעסאָוועץ‟ אויף רוסיש און ייִדיש, וווּ מע האָט באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע לעבנס־אַספּעקטן פֿון די אַרבעטער — אַ זעלטענער אוצר, אַ דאַנק וועלכן מיר קענען זיך הײַנט לעבעדיק פֿאָרשטעלן פֿון אינעווייניק דאָס לעבן פֿון אַ ייִדיש־סאָוועטישן פּרעסע־אַרבעטער. אין זײַנע אַרטיקלען אינעם „עמעסאָוועץ‟ קריטיקירט נאַטאַנזאָן געוויסע חסרונות, וואָס בלײַבן אַקטועל אין דער פּרעסע און ביכער־אינדוסטריע הײַנט צו טאָג: למשל, די פֿעלערן אין קאָאָרדינאַציע צווישן די זעצער און די דרוקער.
אין 1934, ווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דער „גרויסער טעראָר‟ נאָכן מאָרד פֿונעם פּראָמינענטן רעוואָלוציאָנער און פּאָליטישן טוער סערגיי קיראָוו, האָט זיך אין „דער עמעס‟ אָנגעהויבן אַ כוואַליע רדיפֿות. דער הויפּט־רעדאַקטאָר משה ליטוואַקאָוו האָט פּלוצעם באַזײַטיקט אָן קיין ממשותדיקער סיבה אַ צאָל קאָלעגן זײַנע, אַרײַנגערעכנט נאַטאַנזאָן. די מיטצײַטלער דערמאָנען זיך, אַז ליטוואַקאָוו איז געווען זייער אַ שווערער מענטש; באַזונדערס האָט ער פֿײַנט געהאַט דעם „עמעסאָוועץ‟ פֿאַר דער קריטיק פֿון זײַן פֿאַרוואַלטונג.
אינעם יאָר 1936 איז נאַטאַנזאָן פֿאַרמישפּט געוואָרן לויט אויסגעטראַכטע אויסטערלישע באַשולדיקונגען צו פֿינף יאָר אַרבעט־לאַגער – כּלומרשט, פֿאַר טראָצקיסטישער טעטיקייט. ליטוואַקאָס איז דערשאָסן געוואָרן אין 1938.
אויסגעמאַטערט נאָך דער שווערער שקלאַף־מי אין קוילן־שאַכטעס, איז דער געוועזענער אַרבעטער פֿון „דער עמעס‟ באַפֿרײַט געוואָרן גלײַך פֿאַר דער דײַטשישער אינוואַזיע אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. וווינענדיק אין דער אָקופּירטער שטאָט קאַלוגע, האָט ער זיך געגעבן אַ טראַגישע פּרנסה־עצה, גאָר אַן אומגעוויינטלעכע פֿאַר אַ ייִד: געגאַנגען אַרבעטן ווי אַ זעצער בײַ די דײַטשן. אין עטלעכע חדשים אַרום איז קאַלוגע באַפֿרײַט געוואָרן. אין נאָוועמבער 1942 איז אָבער נאַטאַנזאָן, נעבעך, דערשאָסן געוואָרן ווי אַ נאַצי־קאָלאָבאָראַטאָר. בעתן מישפּט האָט מען אים דערמאָנט די „זינד‟ פֿון זײַן אַרבעט אינעם ייִדישן פֿאַרלאַג.
לכתּחילה האָט איצקאָוויטש אָנגעשריבן זײַן בוך ווי אַ פּערזענלעכע מתּנה צו זײַן באָבעס געבוירן־טאָג און אָפּגעדרוקט בלויז אַ קליינע צאָל עקזעמפּלאַרן פֿאַר זײַנע קרובֿים און פֿרײַנד. שפּעטער טראַכט ער עס אַרויסצוגעבן מיט אַ גרעסערן טיראַזש. דאָס ווערק, באַגלייט מיט אַ סך אינטערעסאַנטע אוניקאַלע משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס, איז צוטריטלעך בחינם אויף דער אינטערנעץ.
דער מחבר האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז בעת זײַן פֿאָרשונג האָט ער אַנטדעקט אַ ריי וויכטיקע מאָמענטן, וואָס האָבן אים געהאָלפֿן פֿאָרצושטעלן די אַטמאָספֿער פֿונעם געשילדערטן היסטאָרישן פּעריאָד, אַרײַנגערעכנט אַ ריי פּשוטע, אָבער באַלערנדיקע פֿאַקטן ווי, למשל, די וועלט פֿון אינערלעכע פֿאַבריק־צײַטונגען. נאָך דער רעוואָלוציע, אין די 1920ער, האָבן זיך אַזעלכע אויסגאַבעס פֿאַרשפּרייט אומעטום אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיי זענען, זאָגט ער, אַ רײַכער אוצר פֿון ידיעות וועגן דעם רעאַלן לעבן פֿון די אַרבעטער.
איצקאָוויטש האַלט זיך אַליין פֿאַר אַ קאָמוניסט. ער גלייבט, אַז אין סטאַלינס צײַטן האָבן אַ סך מענטשן געליטן נישט פֿונעם „קאָמוניזם‟, נאָר מחמת דער געפֿערלעכער פֿאַרקריפּלונג פֿון די לינקע אידעען. ייִדיש ווערט בײַ אים אַסאָציִיִרט דווקא מיט עכטע סאָציאַליסטישע און אינטערנאַציאָנאַליסטישע באַוועגונגען. צוליב דער זעלבער סיבה שאַצט ער אויך אַן אַנדער שפּראַך, עספּעראַנטאָ, געשאַפֿן דורך זײַן עלטער־זיידנס באַרימטן לאַנדסמאַן פֿון ביאַליסטאָק, לייזער זאַמענהאָף.
אין סאַמאַרע, באַקאַנט אין די סאָוועטישע יאָרן ווי קויבישעוו, האָבן אַמאָל געוווינט נישט ווייניק לייענער פֿון „דער עמעס‟. ביזן פֿינצטערן יאָר 1938 איז דאָרטן געווען אַ ייִדיש־שפּראַכיקע שול. דער פֿאַרשטאָרבענער ייִדישער טוער און זשורנאַליסט אַריה לאָנדאָן האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז אָנהייב 1970ער יאָרן פֿלעגט דער אָרטיקער רבֿ דרשענען יעדן שבת אין שיל אויף ייִדיש. אין סאַמאַרע האָט אויך געוווינט אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַן אוניקאַלע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייט. הגם ער איז אַ רוסישער קריסט אָן קיין בלוט־שײַכות צו ייִדן, האָט ער זיך אַליין אויסגעלערנט ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און געוואָרן אַ באַגאַבטער ייִדישער פּאָעט.
צום באַדויערן, טענהט איצקאָוויטש, פּראָפּאַגאַנדירט די הײַנטיקע ייִדישע קהילה אין זײַן שטאָט גאָר אַן אַנדער שיטה. אַ פּאָר אָרטיקע ליובאַוויטשער טוער קענען ייִדיש, אָבער בדרך־כּלל שטעלט מען אַ שטאַרקן טראָפּ בלויז אויף העברעיִש, אין שײַכות מיט דער עמיגראַציע קיין ארץ־ישׂראל. דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך האָט אַ שטיקל צײַט אַליין געאַרבעט אין דער־אָ שול ווי אַ לערער. ער באַקלאָגט זיך, אַז צוליב דעם אומגעלומפּערטן געמיש פֿון נאַציאָנאַליסטישע און רעליגיעזע שטימונגען שאַפֿט זיך אַן אומאָנגענעמע אַטמאָספֿער, אין וועלכער די קינדער, בפֿרט פֿון געמישטע משפּחות, ווילן גאָרנישט וויסן פֿון דער טראַדיציאָנעלער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט. איצקאָוויטש גיט אָבער צו, אַז אין סאַמאַרע איז יאָ פֿאַראַן אַ גוטער כּלי־זמרישער אַנסאַמבל מיטן נאָמען „עליה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.