כ׳האָב איין מאָל לעצטנס געהאַלטן אין מיטן לערנען ייִדיש מיט איינער פֿון מײַנע געראָטענע סטודענטקעס, שאַראַ, און כ׳האָב זי געבעטן שאַפֿן אַ זאַץ מיטן וואָרט „טשיקאַוועס‟. זאָגט זי: „איך האָב אײַך עפּעס טשיקאַוועס צו דערציילן!“
„גוט, שאַראַ, דו האָסט דאָס וואָרט ריכטיק געניצט,“ האָב איך געזאָגט.
„אַ דאַנק, אָבער איך האָב טאַקע נײַעס וועגן אַ געוועזענעם סטודענט אײַערן: טבֿיה!“
”וואָס רעדסטו, שאַראַ? כ׳האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין סטודענט וואָס הייסט טבֿיה.“ דערציילט זי מיר אַז מע האָט לעצטנס אָנגענומען אַ מיטסטודענטקע אירע, אַ טענצערין, צו שפּילן איינע פֿון טבֿיהס טעכטער אין דער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש בײַ דער פֿאָלקסבינע אין ניו־יאָרק. ווען דער אַקטיאָר וואָס שפּילט טבֿיה, סטיוו סקײַבעל, האָט דערהערט אַז די טענצערין איז פֿון שיקאַגע האָט ער זי געפֿרעגט צי זי קען אַ פֿרוי דאָרטן, אַ לערערקע פֿון ייִדיש וואָס הייסט חנה־פֿײַגל טערטלטויב!
ווי באַלד איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז מע רעדט וועגן סטיוו סקײַבעלן האָב איך זיך אַזש צעקוויטשעט פֿאַר פֿרייד. מיט צען יאָר צוריק איז ער טאַקע געווען מײַן ייִדיש־סטודענט, און איצט שפּילט ער טבֿיה, די הויפּטראָלע פֿון דער גאַנצער אויסשטעלונג!! ער זינגט, טאַנצט און רעדט ייִדיש אַ גאַנצע דרײַ שעה אויף דער בינע? איך האָב שוין דעמאָלט געוווּסט אַז ער האָט אַן אויסערגעוויינטלעכע, נאַטירלעכע פֿעיִקייט צו שפּראַך. מע לערנט אים „א‟, קען ער שוין „ב‟! אַן אײַזערנעם קאָפּ — און זייער באַשיידן דערצו. אָבער שפּילן אַ הויפּטראָלע אויף ייִדיש? ווי טבֿיה האָט ער נישט אויסגעזען ווי זעראָ מאָסטעל אָדער טאָפּאָל, אַ קאָמיקער מיט אַ בײַכל. סטיוו, אָדער אַבא־שײַע, ווי איך האָב אים גערופֿן, איז אַ הויכער שיינער מאַנספּערשוין. זײַן „טבֿיה‟ שטייט שטאָלץ און מע האָט פֿאַר אים דרך־ארץ אַפֿילו ווען ער איז אײַנגעבויגן און שלעפּט דעם וואָגן זײַנעם.
ווי אַזוי בין איך געוואָרן זײַן ייִדיש־לערערקע? הערט זשע אַ מעשׂה. מיט אַכט יאָר צוריק האָט סטיוו סקײַבעל, אַן אַקטיאָר פֿון ניו־יאָרק, גאַסטראָלירט אין שיקאַגע מיט דער טרופּע פֿונעם מיוזיקל, Wicked. איז אויסגעקומען, אַז ער האָט געהאַט אַ סך צײַט צווישן די אַקטן, האָט ער אָנגעהויבן לייענען לאַנגע ביכער ווי אַ צײַטפֿאַרטרײַב — זייער לאַנגע ביכער ווי די פֿון מאַרסעל פּרוסט, למשל. איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר איז איצט דווקא אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו לערנען ייִדיש.
ער האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן ייִדיש־קלאַס אינעם נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט, און געוואָלט זיך פֿאַרשרײַבן, האָט מען דעם קלאַס אָבער געמוזט אַנולירן ווײַל עס זענען נישט געווען גענוג בעלנים.
האָט סטיוו זיך נישט געפֿוילט, באַקומען מײַן טעלעפֿאָן און געקלונגען צו מיר אַהיים אַז ער וויל זיך פֿאָרט לערנען ייִדיש. איך זאָג קיין מאָל נישט אָפּ קיין ייִדיש־סטודענט, האָב איך אים פֿאָרגעלייגט, ער זאָל זיך לערנען ווי אַ פּריוואַטער סטודענט בײַ מיר אין דער היים. ער האָט זיך דערפֿרייט און מסכּים געווען.
ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן אים צו לערנען. ווי געזאָגט, האָט ער געהאַט אַ גוטן קאָפּ. נו אַוודאי, צו זײַן אַן אַקטיאָר מוז מען זיך דאָך אויסלערנען אַ גאַנץ פֿאָרשטעלונג פֿון אויסנווייניק. איך, למשל, קען נישט געדענקען מײַן אייגענע אײַנקויף־רשימה פֿון מער ווי צוויי זאַכן, און ווען איך פֿאַרשרײַב שוין יאָ, געדענק איך נישט וווּהין כ׳האָב דאָס צעטל אַהינגעטאָן. סטיוו האָט אָבער געדענקט אַלץ, געשלונגען די לעקציעס. און ווײַל ער איז אַן אַקטיאָר איז ער אויך פֿעיִק אויף אַקצענטן, האָט ער זייער גיך זיך אויסגעלערנט רעדן מיט אַן עכטן ייִדישן אַרויסרעד. אַלע לערערס זאָלן נאָר זײַן געבענטשט מיט אַזעלכע סטודענטן…
ווי באַלד איך האָב דערהערט אַז ער שפּילט אין ייִדישן טעאַטער האָב איך געקויפֿט אַ בילעט צו פֿליִען קיין ניו־יאָרק און אַוודאי — אויך אַ בילעט צו דער פֿאָרשטעלונג. דערבײַ האָב איך אים געלאָזט וויסן וועלכן אָוונט איך וועל זײַן אין עולם. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָבן מיר זיך טאַקע גוט צעלאַכט ווען ער האָט מיר געזאָגט אַז ער איז געווען אַ ביסל באַזאָרגט, וויסנדיק אַז די לערערקע זיצט דאָ אין זאַל! אין דער אמתן האָב איך זיך געלעקט די פֿינגער פֿון יעדן וואָרט זײַנעם. דער גאַנצער אַנסאַמבל איז געווען זייער גוט, זייער פּראָפֿעסיאָנעל. די פֿאָרשטעלונג איז אַ לאַנגע — דרײַ שעה, אָבער ס׳איז קיינעם נישט לאַנגווײַליק געווען, אַזוי פֿאַרכאַפּט איז דער עולם געווען אינעם לעבן פֿון די מענטשן אין אַנאַטעווקע.
אַבא־שײַע האָט שוין געמאַכט אַ רושם אין דער וועלט פֿון טעאַטער בכלל. אין די רעצענזיעס זאָגט מען נישט קיין איין שלעכט וואָרט וועגן אים.
נו, ווער איז דער סטיוו סקײַבעל? זײַן זיידע, דעם טאַטנס טאַטע, שטאַמט פֿון פּוילן און איז פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה געקומען קיין אַמעריקע, נאָך ווי אַ קינד. ער האָט חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ כּשרער משפּחה אין טשיקאַסאָ, אָקלאַהאָמע, וואָס איר טאַטע איז געווען אַ רבֿ.
אויסגעוואָקסן איז סטיוו אין לובאָק, טעקסעס. אין יענע צײַטן זענען נאָר געווען אַן ערך הונדערט ייִדישע משפּחות דאָרטן. די רעפֿאָרם־סינאָגאָגע איז געווען די איינציקע שיל אין לובאָק און דאָרטן האָט ער מיט זײַן ברודער זיך געלערנט אויף בר־מצוות. „כאָטש צו פֿיל וועגן ייִדישקייט האָבן מיר זיך דאָרטן נישט געלערנט, האָב איך זיך יאָ געלערנט דעם העברעיִשן אלף־בית, און כ׳האָב אַלע מאָל געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך מוז די אותיות געדענקען און זיי האַלטן טײַער,‟ האָט סטיוו מיר געזאָגט.
ווײַטער האָט ער געזאָגט אַז צוליב דעם וואָס זײַנע זיידע־באָבע האָבן געוווינט אין זעלבן שטעטל, גערעדט ייִדיש צווישן זיך און אים אַ מאָל מיטגענומען אין שיל אַרײַן, האָט דאָס אין אים געשטאַרקט דאָס פּינטעלע ייִד. „פֿון קינדווײַז אָן האָב איך געוווּסט, אַז איך וויל זײַן אַן אַקטיאָר,‟ האָט סטיוו געזאָגט. „איך האָב געמוזט אַפֿילו דענצמאָל האָבן אַ גוטע שטימע ווײַל דער זיידע האָט מיך אָפֿט געבעטן זינגען לידער. מער ווי אַנדערע האָט ער געוואָלט הערן ׳מײַן ייִדישע מאַמע׳.‟
אין אוניווערסיטעט האָט סטיוו שטודירט דראַמע. באַלד נאָך דער גראַדויִרונג האָט ער באַקומען אַ ראָלע אין אַ פֿאָרשטעלונג בײַם Public Theater וואָס איז שפּעטער אַריבער אויף בראָדוויי. די פֿאָרשטעלונג, „קאַפֿע ראָיאַל“, איז באַזירט אויפֿן אמתן „קאַפֿע ראָיאַל‟ — אַן אַמאָליק פֿאַרברענגאָרט פֿאַר ייִדישע אַקטיאָרן אויף סעקאָנד עוועניו. „כ׳האָב אַלע מאָל געפֿילט אין זיך די דינאַמישקייט פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק און זיך געוווּנדערט ווי עס וואָלט געפֿילט צו שפּילן אין די באַרימטע טעאַטער־שטיק פֿון יענער צײַט.‟
דאָס פּינטעלע ייִד האָט זיך בײַ אים אַ ביסל צעפֿלאַקערט אין זײַנע דרײַסיקער ווען ער און דער ברודער יוסף האָבן באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש צוזאַמען טעלעפֿאָניש אָבער ס׳איז זיי אָנגעקומען זייער שווער ווײַל ווען מ׳האָט געהאַט אַ שפּראַך־קשיא איז נישט געווען בײַ וועמען צו פֿרעגן. „בקיצור, ס׳איז געווען ווי אַ בלינדער פֿירט אַ קאַליקע,‟ האָט סטיוו זיך געוויצלט.
ווען ער האָט זיך אָבער גענומען ערנסט לערנען ייִדיש בײַ מיר, זאָגט ער, האָט ער דערפֿילט ווי ער לערנט זיך נישט נאָר גראַמאַטיק, נאָר ער פֿאַרבינדט זיך אויך אַ ביסל מיט דער נשמה פֿון ייִדישקייט.
„בשעת מײַן אינטערוויו מיט זלמן מלאָטעקן אין פֿרילינג 2018 האָב איך אים דאָס אַלץ דערציילט,‟ האָט סטיוו געזאָגט. „און ווען ער האָט מיך געפֿרעגט פֿאַר וואָס איך האָב אַזוי שטאַרק געוואָלט קענען ייִדיש האָב איך אים געזאָגט, אַז ס׳איז אַלע מאָל געווען בײַ מיר אַ חלום צו שפּילן ייִדיש טעאַטער.“
און אוי ווי ער שפּילט — באַלויכט ממש דעם גאַנצן זאַל. און איך — זײַן ייִדיש־לערערקע — קוועל צו!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.