מיט אַ חודש צוריק האָב איך בײַנאַכט אַרויסגעקוקט פֿונעם פֿענצטער אויפֿן טונקל־רויטן אָוונטדיקן הימל. פּלוצעם, האָב איך דערזען אַ גרויסע סאָווע דורכפֿליּען צווישן די בנינים.
דעמאָלט זענען אין פּעטערבורג געווען די „ווײַסע נעכט”; אין יוני אין האַלב־יולי ווערט אין דער שטאָט קיין מאָל נישט אין גאַנצן פֿינצטער. הגם די סאָוועס זענען נאַכט־פֿייגל, גיבן זיי זיך אַן עצה און פֿליִען שוין אַרויס אין מיטן דעם לאַנגן טאָג.
וואָס פֿאַר אַ מין באַשעפֿעניש איז עס אָבער געווען? אין די ניו־יאָרקער פּאַרקן האָב איך שוין עטלעכע מאָל געזען גרויסע סאָוועס און געשריבן וועגן זיי אינעם „פֿאָרווערטס”, דערפֿאַר האָב איך גלײַך באַשטעטיקט, אַז דער פֿאַרבײַגעפֿלויגענער פֿויגל איז פֿון דער זעלבער משפּחה. די אָרניטאָלאָגישע טערמינאָלאָגיע קען איך נישקשה – אי אויף רוסיש, אי אויף ענגליש. זי איז אָבער פֿאַרבײַ צו ווײַט; דעם גענויעם מין בין איך געווען נישט בכּוח צו באַשטעטיקן.
בין איך געגאַנגען זוכן די אינפֿאָרמאַציע אויף דער אינטערנעץ. בעת דעם אויפֿזוך אינעם „גוגל‟, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ חידושדיקן פֿאַקט: יעדן אָוונט זאָגן די רוסישע פּראַוואָסלאַוונע מאָנאַכן אַ פּסוק אין תּהילים, וווּ עס שטייט געשריבן: „בין איך פֿאַרגליכן געוואָרן צום ניעיאַסיט אינעם מידבר, בין איך געווען ווי אַ נאַכט־ראָב אין וויסטעניש‟. די ניעיאַסיט (неясыть) איז אַ גרויסע סאָווע, וואָס טרעפֿט זיך זיכער אין דער געגנט אַרום פּעטערבורג. פּינקטלעכער, טראָגט אַזאַ נאָמען אַ גאַנצער שבֿט נאַכט־פֿײגל.
דער אָריגינעלער פּסוק אינעם קאַפּיטל ק״ב גייט אויף לשון־קודש אַזוי: „דמיתי לקאת מדבר הייתי ככּוס חרבֿות‟. אַנשטאָט דער סאָווע ווערט דערמאָנט אַ פּעליקאַן, און אַנשטאָט דעם ראָב – דווקא אַ מין סאָווע. ווי אַזוי זשע האָט זיך דער פּעליקאַן פֿאַרוואַנדלט אין אַ סאָווע, און זי – אין אַ ראָב?
אין דער מאָדערנער רוסישער ביבל, געשאַפֿן אינעם 19טן יאָרהונדערט מיט דער הילף פֿון אַ צאָל געלערנטע געשמדטע ייִדן, שטימט די ליסטע פֿון טרייפֿענע פֿויגלען אינעם חומש, ווי אויך דער דערמאָנטער פּסוק אין תּהילים, כּמעט אין גאַנצן מיטן הײַנטיקן פֿאַרשפּרייטן אַקאַדעמישן אָפּטײַטש: טאַקע אַ פּעליקאַן מיט אַ סאָווע.
די אַלטע סלאַווישע ביבל, וואָס ווערט גענוצט אין די צערקוועס, איז אָבער באַגרינדעט אויף דער סטאַנדאַרטער גריכישער איבערזעצונג, וואָס זיבעציק חכמים האָבן געשאַפֿן, לויט דער ייּדישער מסורה, בערך מיט 2,200 יאָר צוריק פֿאַרן גריכיש־מיצרישן מלך תּלמי. איז וואָס זשע דען, האָבן די ייּדישע חכמים נישט דערקענט דעם חילוק צווישן אַ פּעליקאַן, אַ סאָווע און אַ ראָב?
דער סוד איז פּשוט. דאָס גריכישע וואָרט νυκτικόραξ מיינט אַ סאָווע, הגם בוכשטעבלעך מיינט עס אַ „נאַכט־ראָב‟. אין דעם פֿאַל, האָבן די סלאַווישע איבערזעצער געטרײַ איבערגעגעבן דעם פּשט. אַגבֿ, אין דער מאָדערנער זאָאָלאָגישער טערמינאָלאָגיע באַצייכט דאָס זעלבע גריכישע וואָרט גאָר אַן אַנדער פֿויגל־משפּחה: געוויסע מינים פֿישכאַפּערס (herons).
ווײַטער, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די סלאַווישע ביבל שטאַמט פֿונעם ווײַטן 9טן יאָרהונדערט. די לעגענדאַרע איבערזעצער, קיריל און מעטאָדיוס, זענען ביידע געווען גריכישע מיסיאָנערן, וואָס האָבן זייער גוט געקענט אַלט־בולגאַריש. עס קאָן זײַן, אַז אין יענער תּקופֿה און אין יענע מקומות האָט דאָס וואָרט, וואָס אינעם הײַנטיקן רוסיש מיינט אַ סאָווע, טאַקע געמיינט אַ פּעליקאַן.
אין אונדזערע תּרגומים, טײַטש־חומשים אויף ייִדיש און אַנדערע ספֿרים טרעפֿן זיך אויך פֿאַרשיידענע טשיקאַווע זאָאָלאָגישע סתּירות. אַ טייל שאַפֿער פֿון אַלט־ייִדישע טײַטשביכער האָבן זיך געגעבן אַ קלוגע עצה. אָט אַזוי ווערט דער תּהילים־פּסוק דערקלערט אינעם באַקאַנטן פֿרויען־סידור „קרבן־מנחה‟: איך בין געוואָרן געגליכן מיט מײַן ביטער געשריי צו דעם פֿויגל קאַת, וואָס אין דער מידבר; איך בין געוואָרן גלײַך צו דעם פֿויגל כּוס, וואָס זיצט אין דער וויסטערניש‟. גאַנץ ריכטיק, אָבער גיי ווייס, וואָס מיינט אַ „קאַת‟ און אַ „כּוס‟?
שרײַבט יהואש אין זײַן איבערזעצונג: איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מידבר, איך בין געוואָרן ווי אַן אײַל פֿון די חרבֿות. נשקשה, אָבער וויפֿל לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ געדענקען הײַנט, וואָס ס’איז אַן „אײַל‟? ס׳איז אַ וואָרט פֿונעם אַלטן מערבֿ־ייִדיש, וואָס שטימט מיטן דײַטשישן Eule און דעם ענגלישן owl. אין ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע ווערטערביכער וועט איר עס אָבער נישט טרעפֿן.
בײַ יצחק ניבאָרסקי איז אַזאַ וואָרט אָבער יאָ פֿאַראַן: אַן אײַל איז דער טײַטש hibou ,מאַכט ער אויף פֿראַנצויזיש. אין זײַן תּהילים־פּירוש דערמאָנט רש״י די חומש־ליסטע פֿון טרייפֿענע פֿויגלען, וווּ ער באַטאָנט, אַז אין זײַן לאַנד רופֿט מען אַזאַ מין פֿויגל „שאויטא”. אינעם הײַנטיקן פֿראַנצויזיש זענען אָבער chouette און hibou ענלעכע, אָבער נישט די זעלבע מינים באַפֿליגלטע נאַכט־באַשעפֿענישן.
אין אונדזער תּגרום שטייט געשריבן „קפֿופֿא‟, אָבער דער אוראַלטער סיריש־אַראַמישער קריסטלעכער איבערזעצונג זאָגט „עודא‟. אינעם שײַכותדיקן פּסוק אינעם חומש „ויקראָ‟ זאָגט דער תּגרום־אונקלוס „קריא‟, און דער תּרגום־יונתן – „ציירא”. אין מאַרקוס יאַסטראָווס קלאַסישן ווערטערבוך פֿון תּרגום־ווערטער זענען ביידע ווערטער, צום באַדויערן, בכלל נישט פֿאַראַנען. גיי ווייס, אַזש פֿיר ווערטער אויף איין שפּראַך!
דער פּראַקטישער אויספֿיר פֿון אָט־די סתּירות איז גאַנץ באַלערנדיק: דער איבערזעצער טראָגט אַ גרויס אַחריות און זײַן אויסקלײַב פֿון ווערטער, וואָס קאָן איבערלאָזן אַ רושם אַפֿילו אויף טויזנטער יאָרן שפּעטער. אַ דאַנק דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿטלעכער טערמינאָלאָגיע, קאָנען מיר פּטור ווערן פֿון ס׳רובֿ אַזעלכע סתּירות. פֿאָרט, אין אַזעלכע שפּראַכן ווי ייּדיש, „אָן אַן אַרמיי און אַ פֿלאָט‟, מוז מען די טערמינאָלאָגיע נאָך באַשמיטען ווי געהעריק. די גענויע אידענטיפֿיקאַציע פֿונעם פֿויגל, וואָס איז פֿאַרבײַגעפֿלויגן הינטער מײַן פֿענצטער, איז אָבער בײַ מיר געבליבן אַ סוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.