לחיים! — „פֿידלער‟ פֿאַרלענגערט אויף צוויי חדשים

Lechaim! Yiddish Fiddler On the Roof's Run Is Extended By Two Months

VICTOR NECHAY / PROPERPIX

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 06, 2018.

עטלעכע וואָכן האָט מען געהערט קלאַנגען פֿון געוויסע אַקטיאָרן אין דער פּראָדוקציע פֿון דער פֿאָלקסבינעס ייִדיש־שפּראַכיקער „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, אַז מע וועט אָט־אָט פֿאַרלענגערן די אויפֿפֿירונג פֿונעם מיוזיקל. די פּראָדוקציע, וואָס האָט לכתּחילה געדאַרפֿט פֿאָרגעשטעלט ווערן בלויז פֿונעם 4טן יולי ביזן 26טן אויגוסט, איז אין מיטן יולי טאַקע פֿאַרלענגערט געוואָרן אויף נאָך אַ וואָך, ביזן 2טן סעפּטעמבער.

אָבער נאָך דעם ווי דער ייִדישער מיוזיקל איז אין גאַנצן אויספֿאַרקויפֿט געװאָרן, און אַזוי פֿיל מענטשן האָבן אויסגעדריקט אַן אינטערעס צו קויפֿן בילעטן, האָט די פֿאָלקסבינע שוין אָפֿיציעל געלאָזט וויסן, אַז מע וועט פֿאַרלענגערן די פֿאָרשטעלונג ביזן 25סטן אָקטאָבער, דאָס הייסט, אויף נאָך צוויי חדשים.

די קולטור־קריטיקער וועלן אין די קומענדיקע יאָרן זיכער אויספֿאָרשן, פֿאַר וואָס אַ ייִדישער נוסח פֿון „פֿידלער‟ איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער דווקא איצט. ווי עס זאָל ניט זײַן, האָט די פּיעסע צוגעצויגן אַ ניוואָ פֿון אינטערעס פֿון דער ניו־יאָרקער און אַפֿילו נאַציאָנאַלער פּרעסע, וואָס קיין אַנדער פּיעסע אויף ייִדיש האָט ניט געזען שוין לאַנגע יאָרן. צווישן די מער ווי 50 רעצענזיעס זענען דערשינען זייער פּאָזיטיווע אָפּרופֿן אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟, „ניוסדיי‟, דעם „וואָל־סטריט־זשורנאַל‟ און דעם „ניו־יאָרקער‟. די לעצטע בילעטן זענען טאַקע אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן באַלד נאָך דעם, וואָס דער „טײַמס‟ האָט געלאָזט וויסן, אַז זײַנע קריטיקער האָבן אויסגעקליבן דעם ייִדישן „פֿידלער‟ ווי איינע פֿון די בעסטע פּיעסעס פֿונעם יאָר.

כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט: //nytf.org/fiddler-on-the-roof/.