הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן דער אמתער לאַגע פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און פּוילן. מיר וועלן נישט רעדן סתּם אַזוי אין דער וועלט אַרײַן, נאָר רעדן קאָנקרעטע דיבורים. וואָס קען זײַן מער קאָנקרעט ווי געלט?
הײסט עס אַז אַנשטאָט צו רעדן מיט פּאָליטיקערס אָדער דיפּלאָמאַטן וואָס זייער עובֿדה איז במחילה דאָס רוב נאָר „גערעדעכצן‟, האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיטן ביזנעסמען, יוסף (יאָסי) ווירצער.
אויב דער נאָמען ווירצער איז אײַך אַ ביסל קענטלעך קען עס זײַן צוליב דעם וואָס זײַן ברודער איז דער באַוווּסטער אַקטיאָר שמואל עצמון. שמואל עצמון, זײַט וויסן, איז אויך געווען ווירצער. נאָר וואָס זשע? ער האָט משנה־שם געווען פֿון ווירצער אויף עצמון. אפֿשר ווײַל ער האָט געמיינט אַז אַ נאָמען וואָס שטאַמט פֿון עצמה, דהײַנו גבֿורה און כּוח, פּאַסט בעסער פֿאר אַ שטאָלצן ישׂרלאדיקן בירגער. ווירצער שמעקט, נעבעך, מיט ייִדיש און גלות, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
הכּלל, יוסף (יאָסי) ווירצער האַלט אַז די כּלומרשטיקע שפּאַנונג צווישן די פּוילישע און ישׂראלדיקע מלוכות האָט נישט משפּיע געווען אויף דער אַרבעט פֿון ישׂראלדיקע ביזנעסלײַט אין פּוילן און אויף אים בתוכם.
ווירצער איז געקומען קיין פּוילן מיט אַן ערך צוועלף יאָר צוריק און האָט ממש געראַטעוועט דעם קראָקעווער „האָלידיי אין‟ האָטעל פֿון באַנקראָט. ער האָט געפֿונען אינוועסטאָרן וואָס האָבן מסכּים געווען צו העלפֿן דעם האָטעל וואָס איז דעמאָלט געווען אויף געהאַקטע צרות. די אינוועסטאָרן האָבן געשטעלט אַ באַדינג: זיי וועלן געבן דאָס געלט בתּנאי ווירצער וועט זײַן דער מענעדזשער. וכּך היה, אַזוי איז טאַקע געשען.
דער קראָקעווער „האָלידיי אין‟, איז ברוך השם, די טעג זייער דערפֿאָלגרײַך און ווירצער איז ביזן הײַנטיקן טאָג זײַן מענענדזשער.
ווירצער און אַ סך אַנדערע ישׂראלים האָבן טאַקע אַ גרויס דערפֿאָלג אין פּוילן. אין ישׂראל איז לײַכטער צו קריגן געלט, און פּוילן איז אַ נישקשהדיקע מדינה פֿאַר אינוועסטיציעס. אַן אינוועסטאָר מוז נישט מורא האָבן אַז מאָרגן וועט מען לקחנען זײַן האָב־און־גוטס, ווי סע קען פּאַסירן, למשל, בײַ אונדזערע רוסישע שכנים.
פּוילן איז אויך ביליקער פֿון ישׂראל. סײַ דער גרונט סיי די אַרבעטער קאָסטן װײניקער. ביליקער מיינט אָבער נישט ערגער. איך בין געווען צו גאַסט ביי ווירצערן אין זײַן “האָלידיי אין” אין קראָקע און איך קען אײַך זאָגן אַז אין דאָרט אַרבעטן געבילדעטע יונגע מענער און פֿרויען וואָס רעדן ענגליש ווי אַ וואַסער און זענען צוטריטלעך און העפֿלעך. ס’איז נישט קיין וווּנדער. פּוילן איז איינע פֿון די לעצטע מדינות וווּ מענער בייגן זיך און קושן די הענט פון אַ דאַמע, און װוּ קינדער וועלן בשום־אופֿן נישט דוצן עלטערע לײַט.
אַ פּאָר ווערטער וועגן מײַן באַזוך אין קראָקע. איך האַלט אַז אויב מען פֿאָרט שוין, מוז עס זײַן ליהודים. בין איך געפֿאָרן בלויז אויף דרײַ טעג אָבער גענעכטיקט דווקא אינעם פּרעכטיקן „האָלידיי אין‟. נאָר וואָס זשע? דער גרעסטער צימער אינעם „האָלידיי אין‟ האָט בלויז פֿיר בעטן. וואָס טוט מען אַז מיר זענען גאַנצע פֿינעף, טאַטע־מאַמע און דרײַ קינדער? האָב איך אָנגעקלונגען דעם הויפּט־פֿאַרוואַלטער, דאָס הייסט יאָסי ווירצער אַליין, אים געזאָגט אַז באַצאָלן פֿאַר צוויי סוויטעס קען איך נישט און געפֿרעגט אויב מען קען שטעלן נאָך אַ קליין בעטל אין צימער. ווירצער האָט באַלד מסכּים געווען. חוץ דעם האָב איך באַקומען אַ הנחה צוליב דעם וואָס איך אַרבעט אינעם ייִדישן טעאַטער. זײַט וויסן אַז ווירצער אַליין איז אויך אַ שטיקל קינסטלער. ער מאָלט בילדער. ער זאָגט אַז צווישן די ביזנעסלײַט איז ער דער בעסטער מאָלער און צווישן די מאָלערס – דער בעסטער ביזנעסמאַן!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.