יעדעס יאָר מערקט די ייִדישע קולטור־וועלט אָפּ די טרויעריק־באַרימטע „נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע פּאָעטן‟, װען די סאָוועטן האָבן דערשאָסן די פּני פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ.
אַז מע פֿירט דורך אַ הזכּרה דעם 12טן אויגוסט, רעדט מען געוויינטלעך איבערהויפּט פֿון די ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן דווקא אין דעם טאָג — דוד בערגעלסאָן, איציק פֿעפֿער, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, בנימין זוסקין און איליאַ וואַטענבערג — ווי אויך די באַקאַנטע שרײַבער און קולטור־טוער, וואָס זענען אָדער געשטאָרבן אין גולאַג (װי דער ניסתּר) אָדער דערהרגעט בסוד אַ פּאָר יאָר פֿאַר זייערע קאָלעגן (װי שלמה מיכאָעלס).
בײַ דער געלעגנהייט פֿאַרגעסט מען אַמאָל, אַז אַ ריי ייִדישע שרײַבער, איבערהויפּט אין ווײַסרוסלאַנד, זענען דערמאָרדעט געוואָרן דורך די סאָוועטן פֿאַר אָדער בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דרײַ פֿון זיי זענען געווען משה קולבאַק, איזי כאַריק און זעליק אַקסעלראָד. כאַריק און קולבאַק זענען דערשאָסן געוואָרן אין אָקטאָבער 1937 צוזאַמען מיט אַ גרופּע פֿון איבער הונדערט אָנפֿירנדיקע ווײַסרוסישע שרײַבער, קולטור־טוער און פּאָליטיקער. אַקסעלראָד איז דערשאָסן געוואָרן דורך די סאָוועטן אין סוף־יוני 1941.
דער פֿאַקט וואָס אַלע דרײַ ייִדישע שרײַבער זענען דערשאָסן געװאָרן לעבן דער ווײַסרוסישער קרוינשטאָט האָט אינספּירירט דעם מינסק־דערצויגענעם מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש צו שאַפֿן אַ קאָמפּאָזיציע געווידמעט זייער אָנדענק. די פּיעסע SYLL-ABLE: Soviet Yiddish Literati („טראַף‟: סאָוועטיש־ייִדישע ליטעראַטן) בינדט צונויף לידער פֿון די דרײַ פּאָעטן מיט אָריגינעלער מוזיק, וואָס דריקט אויס די „האָפֿענונג, ליבע און אינערלעכן פֿרידן אין די לידער, וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן אין אַ צײַט פֿון וואַקסנדיקן טעראָר און פּחד‟.
די פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ צוזאַמען מיטן „ייִדישן אַרבעטער קאָמיטעט‟ און דעם „ייִוואָ‟, וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 12טן אויגוסט, אינעם זאַל פֿונעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟. מע דאַרף ניט קויפֿן קיין בילעט אָבער מע מוז זיך יאָ פֿאַרשרײַבן אויפֿן אַדרעס kongres@earthlink.net.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.