דער ערשטער קאַפּיטל פֿון אוריאל ווײַנרײַכס לערנבוך „קאָלעדזש־ייִדיש‟ גיט דעם לייענער צו פֿאַרשטיין, אַז „ייִדן וווינען אין אַלע לענדער‟ און אויף אַלע פֿינף באַפֿעלקערטע קאָנטינענטן. די פֿראַזע „ייִדן וווינען אין אַלע לענדער‟ איז דערפֿאַר געוואָרן אַן אָפֿטער פּריוואַטער וויץ בײַ די ייִדיש־סטודענטן און ייִדיש־פֿאָרשער (זעט, למשל, ווי מע דערמאָנט אים סובטילערהייט אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געוועב‟..)
ניט געקוקט אויף דעם וואָס מע קען הײַנט געפֿינען כאָטש אַ פּאָר ייִדן אין ס׳רובֿ לענדער, וווינען גאַנצע קהילות פֿון פֿרומע ייִדן בלויז אין בערך 20 לענדער, ווײַל מע דאַרף דאָך אַ געהעריקע אינפֿראַסטרוקטור צו באַקומען כּשר עסן און האָבן וווּ צו דאַוונען. (די חב׳׳ד־שליחים וואָס וווינען אין שטעט אָן ייִדישע באַפֿעלקערונגען דאַרפֿן אַפֿילו אַמאָל אַליין שעכטן זייערע הינער און בהמות אויב זיי ווילן ניט ווערן וועגעטאַריער).
פֿאַר די טוריסטן וואָס האַלטן גלאַט כּשר איז געוויינטלעך ניט אַזוי שווער. אַז מע האָט געלט קען מען געפֿינען אַ טור־אַגענטור וואָס שטעלט צו כּשרע עסן בײַ יעדן אָפּרו־אָרט. אויב מע קען זיך ניט דערלויבן צו באַצאָלן דערפֿאַר, קען מען געוויינטלעך אַליין אײַנפּאַקן גענוג קאָנסערוון צו דויערן אויף אַ וואָך־צוויי. איז, אויב זיי פּלאַנירן ווי געהעריק פֿון פֿריִער, זענען די פֿרומע טוריסטן הײַנט מסוגל צו באַזוכן כּמעט אַלע עקן וועלט אָן קיין גרויסע שוועריקייטן.
איין אָרט אויפֿן ערדקוגל וואָס איז אָבער קיינמאָל פֿריִער ניט געווען צוטריטלעך פֿאַר פֿרומע־ייִדן איז דער זעקסטער קאָנטינענט אַנטאַרקטיק. קודם, איז דאָרטן אַוודאי ניטאָ קיין כּשר עסן. דערצו, דאַרף מען פֿאָרן אַזוי לאַנג אויף אַ שיף כּדי אָנצוקומען אַהין, אַז מע וועט כּמעט זיכער דאַרפֿן פֿאָרן אום שבת. דאָס איז שוין אָפּגערעדט פֿונעם פֿאַקט, אַז ס׳וואָלט געווען שווער צו וויסן ווען שבת ענדיקט זיך, ווײַל די זון גייט קיינמאָל ניט אונטער בשעתן זומער. (פֿאָרן, קען מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט בשעתן ווינטער).
אָבער אַ ייִד גיט זיך תּמיד אַן עצה. דן עלעף פֿון דער רײַזע־אַגענטור Dan’s Deals, צוזאַמען מיטן פֿאָטאָגראַף משה הערשקאָ, אַ סאַטמאַרער חסיד וואָס איז באַקאַנט פֿאַר די בילדער פֿון זײַנע רײַזעס אין אומדערוואַרטע ערטער ווי קובאַ און נאָרוועגיע, אָרגאַניזירן אַן איינמאָליקן כּשרן קרוז קיין אַנטאַרקטיק. דער קרוז, וואָס וועט מאָנטיק, דעם 10טן דעצעמבער, פֿאַרלאָזן דעם סאַמע־דרומדיקסטן טייל פֿון אַרגענטינע און וועט דויערן 11 נעכט, נעמט אַרײַן עקסקורסיעס אויפֿן שניי, געלעגנהייטן צו זען די ריזיקע קאָלאָניעס פּענגווינען און ים־הינט און אַפֿילו אַ נאַכט אין אַ געצעלט גלײַך אויפֿן אײַז.
און וואָס וועגן כּשרות? דאָס עסן וועט צוגעגרייט ווערן אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ משגיח, וואָס וועט פֿאַרזיכערן, אַז אַלץ איז חלבֿ־ישׂראל, גלאַט כּשר און אַז אַלע פֿלייש וואָס מע נוצט איז געשאָכטן געוואָרן לויט דער חסידישער השגחה. דערצו וועט מען צושטעלן אַ ספֿר־תּורה און „בענטשערס‟ כּדי צוצוגעבן אַ ייִדישלעכע אַטמאָספֿער. צוליב דעם וואָס חנוכּה פֿאַלט אויס אין דער לעצטער נאַכט פֿון דער רײַזע, וועט מען אַלעמען געבן אַ חנוכּה־לעמפּל.
און שבת? די הלכה איז אַ ביסל קאָמפּליצירט אָבער די אָרגאַניזירער גיבן איבער, אַז אויב מע איז גענוג לאַנג אויף אַ שיף, ווערט מען צוגעוווינט צו דעם און ס׳שטערט ניט דעם טאָג פֿון רו. צוליב דעם האָט מען געמאַכט די רײַזע־פּלענער, מע זאָל אָפּפֿאָרן כאָטש דרײַ טעג פֿאַר שבת. און ווי אַזוי ווייסט מען ווען עס ענדיקט זיך שבת? קיין שטערן וועט מען דאָך דאָרטן ניט זען. אַ רבֿ האָט פֿאַר זיי געפּסקנט, אַז מע קען זיך ריכטן, אַז שבת וועט זײַן אויס זונטיק, 1:09 אין דער פֿרי.
און וויפֿל קאָסט עס? אַ סך. ניט אַרײַנרעכענענדיק די פֿלי־רײַזעס קיין דרום־אַרגענטינע און צוריק, קאָסט די ביליקסטע קאַבינע $14,000 אַ פּאַסאַזשיר און די טײַערסטע — $23,500 אַ פּאַסאַזשיר. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.kosherantarctica.com/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.