די אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט גורם געװען אַ ריזיקע עמיגראַציע פֿון רוסישער אינטעליגענץ און בורזשואַזיע. צװישן זײ זײַנען געװען אַ צאָל ייִדן, װאָס זײַנען געװען קעגנער פֿונעם באָלשעװיסטישן רעזשים. איצט האָבן זײ זיך געפֿונען צװישן דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, װאָס האָט געהאַלטן פֿאַר איר שליחות אָפּצוהיטן די „עכטע‟ רוסישע קולטור אינעם עמיגראַנטישן גלות. אַזעלכע מחברים װי מאַרק אַלדאַנאָװ (לאַנדאַו), מאַרק װישניאַק, דאָן אַמינאַדאָ (עמינדבֿ שפּאָליאַנסקי) זײַנען געװאָרן פּראָמינענטע פֿיגורן אין דער רוסישער עמיגראַנטישער ליטעראַטור. אַלדאַנאָװ, למשל איז געװען אַ פּאָפּולערער היסטאָרישער ראָמאַניסט און זײַנע װערק האָט מען איבערגעזעצט אױף עטלעכע אײראָפּעיִשע שפּראַכן.
ייִדן זײַנען אױך געװען ברײטהאַרציקע שטיצער פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אין עמיגראַציע. אײניקע פֿון די אַמאָליקע רוסיש־ייִדישע פֿאַבריקאַנטן, װי למשל מאַרק צעטלין, דער אײניקל פֿונעם באַרימטן טײ־מאַגנאַט קלונימוס װיסאָצקי, האָבן אָפּגעהיט זײערע קאַפּיטאַלן. צעטלין מיט זײַן פֿרױ מרים האָבן געהאַלטן דעם שענסטן ליטעראַרישן סאַלאָן אין פּאַריז און געשטיצט רוסישע ליטעראַטן און צײַטשריפֿטן. צװישן די, װאָס האָבן באַקומען זײער שטיצע, זײַנען געװען אַזעלכע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער װי דמיטרי מערעזשקאָװסקי און איװאַן בונין.
װעגן בונינס באַציִונגען מיט רוסיש־ייִדישע עמיגראַנטן דערצײלט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער מאַרק אוראַלסקי אין זײַן נײַעם בוך „בונין און ייִדן: לױט טאָגביכער, קאָרעספּאָנדענץ און זכרונות פֿון מיטצײַטלערס‟. אין 1933 האָט בונין באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע און איז געװאָרן דער סאַמע באַרימטער רוסישער שרײַבער אין דער װעלט. װי עס אַנטפּלעקט אוראַלסקי, איז דאָס געװען אַ פּועל־יוצא פֿון אַן אַקטיװער טעטיקײט, װאָס זײַנע ייִדישע פֿרײַנד האָבן געפֿירט הינטער די קוליסן פֿון דער ליטעראַרישער פּאָליטיק זינט די 1920ער יאָרן. דער עיקר איז געװען צו מאַכן בונינס װערק פּאָפּולער אױף אַנדערע שפּראַכן און אײַנצורעדן די אײראָפּעיִשע ליטעראַרישע דעה־זאָגער, אַז ער איז טאַקע דער בעסטער לעבעדיקער רוסישער שרײַבער און איז זוכה די העכסטע ליטעראַרישע פּרעמיע.
פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע האָט בונין ניט געהאַט קײן נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן. אין אונטערשיד צו אַנדערער באַקאַנטע רוסישע שרײַבער, װי למשל מאַקסים גאָרקי, איז ער ניט געװען קײן גרױסער ליבהאָבער פֿון ייִדן, הגם ער האָט יאָ אַ פּאָר מאָל פּראָטעסטירט קעגן פּאָגראָמען. ער האָט באַזוכט ארץ־ישׂראל און אָנגעשריבן עטלעכע שײנע לידער אױף ביבלישע טעמעס, אָבער לעבעדיקע ייִדן האָבן אים אַ פּנים ניט אינטערעסירט. ערשט אין דעם פֿראַנצױזישן גלות איז בונין געװאָרן אַ גוטער חבֿר מיט רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן. אײניקע פֿון זײ זײַנען אױך געװען פּראָמינענטע ייִדישע כּלל־טוער, װי למשל מנחם אליהו טראָצקי (קײן שײַכות ניט מיט לעאָן טראָצקי, װאָס זײַן אמתער נאָמען איז געװען לעװ בראָנשטײן). אליהו טראָצקי איז געװען דער אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון „אָרט‟ און נאָך זײַן באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק אין 1946 איז ער אױך געװאָרן דער פֿאָרזיצער פֿונעם רוסישן „ליטעראַרישן פֿאָנד‟. ער האָט אױך געשריבן פֿאַר פֿאַרשידענע רוסישע און ייִדישע צײַטונגען, דעם פֿאָרװערטס בתוכם.
בונין און זײַן פֿרױ האָבן איבערגעלעבט די דײַטשישע אָקופּאַציע אין דרום־פֿראַנקרײַך. זײ האָבן געדונגען אַ װילע אין דעם שטעטל גראַס, און דאָרט האָבן זײ געמאַכט אַ מקום־מקלט פֿאַר אײניקע פֿרײַנד, צװישן זײ — צװײ ייִדן, װאָס האָבן זיך פֿאַרבאַהאַלטן פֿון די נאַציסטן. נאָך דער מלהמה האָבן בונין און זײַן פֿרױ געלעבט ביטערן דלות אין פֿראַנקרײַך. זײַן אַמאָליקער סעקרעטאַר אַנדרײ סעדיך (יעקבֿ צװיבאַק), װאָס האָט באַוויזן זיך צו ראַטעװען פֿון דעם חורבן אינעם סאַמע לעצטן מאָמענט, איז געװאָרן דער מיט-רעדאַקטאָר פֿון דער גרעסטער אַמעריקאַנער רוסישער צײַטונג „דאָס נײַע רוסישע װאָרט‟. ער האָט אױסגעפּועלט אַ חודשדיקע סובװענץ פֿאַר בונין בײַ דעם חשובֿן אַמעריקאַנער פֿילאַנטראָפּ פֿרענק (אפֿרים זלמן) אַטראַן, דעם אײגענעם, װאָס האָט אױך געשאַפֿן די ייִדיש־קאַטעדרע אין קאָלומביע־אוניװערסיטעט אין ניו־יאָרק.
װי אַזױ זשע לאָזט זיך דערקלערן אַזוינע נאָענטע באַציִונגען צװישן דעם געװעזענעם רוסישן פּריץ איװאַן בונין און די ייִדישע עמיגראַנטן אין פֿראַנקרײַך? אוראַלסקי גיט ניט קײן קלאָרן ענטפֿער אױף דער דאָזיקער פֿראַגע, אָבער זײַן בוך פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט אינטערעסאַנטן פֿאַקטישן מאַטעריאַל װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער רוסישער עמיגראַנטישער סבֿיבֿה אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און אַמעריקע.
די ייִדישע חסידים פֿון בונינס ליטעראַרישן טאַלאַנט האָבן געהערט צו דער אַסימילירטער רוסישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געהאַט אַ היפּשן דרך־ארץ פֿאַר דער רוסישער קולטור. לרובֿ האָבן זײ געשטאַמט פֿון פֿאַרמעגלעכע סוחרישע משפּחות, שטודירט אין אוניװערסיטעטן אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך אָדער דער שװײַץ. זײ זײַנען געװען בעסער באַקאַנט מיטן לעבן אין אײראָפּע אײדער אַנדערע רוסישע פּליטים. אין רוסלאַנד האָבן אײניקע פֿון זײ, װי למשל מאַרק װישניאַק אָדער איליאַ פֿאָנדאַמינסקי, געהערט צו דער ראַדיקאַלער פּאַרטײ פֿון סאָציאַליסטן־רעװאָלוציאָנערן און האָבן אַפֿילו געשטיצט טעראָריסטישע אַקטן קעגן דעם צאַרישן רעזשים. אָבער נאָך דער רעװאָלוציע זײַנען זײ געװאָרן שׂונאים פֿונעם באָלשעװיסטישן רעזשים.
אײניקע, װי פֿאָנדאַמינסקי, זײַנען געװאָרן מער קאָנסערװאַטיװ. ערבֿ זײַן דעפּאָרטאַציע קײן אױשװיץ איז פֿאָנדאַמינסקי געװאָרן אַ פֿרומער קריסט. אַנדערע, װי איליאַ טראָצקי, זײַנען פֿאַרטאָן געװאָרן אין ייִדישער טעטיקײט. אָבער הײמיש האָבן זײ זיך געפֿילט דװקא אין דער רוסישער שפּראַך און ליטעראַטור, און האָבן געהאַלטן פֿאַר אַ ספּעציעלן כּבֿוד צו העלפֿן דעם סאַמע באַרימטן רוסישן שרײַבער איװאַן בונין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.