עס ליגט דאָ בײַ מיר מאַרעק טושעװיצקיס נײַ ביכל לידער „פֿון בײדע זײַטן שפּיגל‟ און ס׳איז מיר מאָדנע פֿרײלעך אױפֿן האַרצן. מאָדנע, װײַל די װעלט, אָדער אַ היפּשער טײל פֿון די זאַכן װאָס זײַנען מיר אײַנגעבאַקן אין האַרצן, איז אױף צרות. און פּלוצעם לײענט מען לידער פֿון אַ דיכטער װאָס מע האָט פֿריִער נאָר געקענט דורך פֿײסבוק. און ס׳איז דװקא כּדאַי דאָס בוך צו לױבן און לײענען, אַפֿילו ס׳איז כּולל סײַ פֿרײלעכע פֿערזן סײַ בײַסיקע און שװערע.
לאָמיר אַ ביסל טרעטן אױף צוריק. װער איז דער דאָזיקער פּאָעט און פֿאַר װאָס װאָלטן זײַנע װערק אונדז פֿאַראינטערעסירט בכלל? אַ געבוירענער אין פּלאָצק, פּוילן אין 1981, האָט מאַרעק טושעװיצקי זיך אױסגעלערנט ייִדיש אין עטלעכע אוניװערסיטעטן און זומער־פּראָגראַמען, און אָנגעהױבן אַרױסגעבן לידער אױף ייִדיש אין דער װאַרשעװער צײַטשריפֿט „דאָס ייִדישע װאָרט‟. ער האָט אַרױסגעלאָזט אַ צאָל פּוילישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און איז איצט אַ װיצע־דירעקטאָר בײַם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לימודים פֿונעם יאַגעלאָנישן אוניװערסיטעט.
װעלװל טשערנין, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ישׂראל־סעריע „ביבליאָטעק פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור,‟ איז גערעכט װען ער לױבט די גוטע בשׂורה פֿון טושעװיצקיס שאַפֿערישע אַקטיװיטעט אױף פּױלישער ערד; אַז נאָכן חורבן, נאָך דער סאָװעטישער ממשלה, די פּאָגראָמען און רדיפֿות, זאָל אױסװאַקסן אַ דיכטער. דאָס אַלײן װאָלט אַרױסגערופֿן אַ שמײכל און אַ טעסקט צו אַ חבֿר: „היי, האָסטו דאָס געזען?‟
לאָמיר זיך אָבער צוקוקן נענטער צו די לידער אַלײן. זײ זײַנען כּדאַי אַרומצורעדן נישט נאָר צוליב די אומשטענדן פֿון זײער שאַפֿונג און דער פּױלישקײט פֿונעם שרײַבער, נאָר װײַל זײ זײַנען פֿילזײַטיק, דרײסט, סטיליסטיש־אידיאָמאַטיש רײַך, און סענסיטיװ.
אַז מע הײבט אָן לײענען די לידער — אין ערשטן אָפּטײל, צום בײַשפּיל — קריגט מען באַלד דעם אײַנדרוק אַז דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט אַבֿרהם רײזענס אָדער לײב נײַדוסעס אַ יורש, אַ נעאָ־ראָמאַנטיקער װאָס דערזעט שײנקײט אין אַ גראָבער װעלט. דער פּאָעט לױבט די קאָנטורן פֿון זײַן פּאַרטנער אין בעט, דריקט אױס זײַן פֿאַרבענקטן אײַנדרוק אַז אָן איר װאָלט ער נישט געקענט װײַטער אָנגײן. שײן פֿאָרמולירט. און װיכטיק, לױט מײַן מײנונג, אַז מע זאָל אָפּמאָלן אַזאַ ליבשאַפֿט אין הײַנטיקע לידער, װי אַ געװײנטלעכע עמאָציע קונציק אױסגעדריקט. פֿונדעסטװעגן זײַנען זײ קײן גרױסער חידוש אויך נישט.
דערנאָך טרעפֿט מען אָן אױף אַזאַ ליד, „מײַן זײדן צוקאָפּנס‟, װאָס איך ברענג װײַטער די ערשטע סטראָפֿע דערפֿון:
מײַן זײדן צוקאָפּנס, בײַם ראַנד פֿון חלומות,
װען טױט האָט אַ הײב שױן געטאָן די װאָאַלקע,
געשטאַנען אַ גאַסט איז פֿון װײַטע מקומות,
איר גנעדיקע הױכקײט – פֿון בינען די מלכּה.
װי די הײַנטיקע קינדער זאָגן װעגן קינאָ־פֿילמען: „נאָו ספּױלערס!‟ (זאָגט נישט אויס דעם סוף!), װעל איך נישט איבערגעבן דעם שטאָך בײַם סוף, נאָר מע קען נישט לײענען אַזאַ לידל אָן זיך צו דערמאָנען אין די „בינען‟־סקױט־גרופּע פֿון װילנע, פֿון סוצקעװערס בין־מאָטיװן… אַזױ פֿיל רמזים צונויפֿגעפּרעסט אין אײן ליד. זיס װי האָניק.
אַזאַ „רײזענדיקע‟ (און דאָ מײן איך טאַקע דעם פּאָעט רײזען) פּרעציזנע קלוגשאַפֿט פֿאַרקערפּערט זיך אױך אין אַזאַ לידל, אָן אַ טיטל:
ס׳װײ׳ט דער װינט און ס׳קלאָגט דער הימל,
קרומע פּלױטן סקריפּען שװער.
ס׳װעבט די װעלט איר מיטן דרימל
אַ פֿאַרװײנטע, פּוסט־און־לער…
אין אַ װינקל־בױדעם־שטיבל
זיצט אַ ייִנגל שעהן לאַנג,
זאַמלט אײַן אַ יעדן קלאַנג
און פֿאַרשרײַבט זײ אין אַ ביכל.
דער דאָזיקער אָפּטײל, אָפּגעגעבן דער שטובישקײט און דער הײמישער ליבשאַפֿט, פֿאַרנעמט אַ דריטל פֿון ביכל, און דאָס האַרץ זאָגט מיר, אַז דער פּאָעט האָט אַזױ אַרום אַװעקגעשטעלט די רויִקערע לידער אױבן־אָן כּדי בולטער אַרױסצוּװײַזן דעם טאָן פֿון די איבעריקע לידער. װײַטער גיט זיך די שטימונג אַ דרײ און װערט טיפֿער, טונקעלער, היסטאָרישער און געזעלשאַפֿטלעכער. דער פּאָעט פֿאַרנעמט זיך מיט דער ייִדיש־לערערײַ („ייִדיש־סעמינאַר אין װאַרשע‟), דעם ייִדישן אַמאָל אין פּױלן („אַ האָק אין דער שטאָט פּלאָצק‟), װי אױך מער פּאָרטרעטן פֿון הײמישער ליבשאַפֿט, אָפֿט מאָל מיט אַן איראָנישן קנײטש װי אַן אױסלאָז.
דער לעצטער אָפּטײל, „מאַסקאַראַד‟, איז מיר צום מערסטנס טשיקאַװע, און דעקט אױף דעם דיכטערס אינעװײניקסטע פֿאַרצװײפֿלונג און צינישקײט, כאָטש פֿאַרבראָקט מיט דער זעלבער הײמישקײט און אינטימקײט װאָס אין די פֿריִערדיקע אָפּטײלן. „אין אַ װעלט/װאָס לײגט זיך אונדז מער נישט אױפֿן שׂכל‟ (װי ער שרײַבט אין דעם ליד „קאַראַהאָד‟), איז לפֿי־דעתּי נײטיק צו האָבן בײַ אונדז אַ משורר װאָס װײסט װי אױסצודריקן ייִאוש אין אונדזער הײַנטיקן פּאָליטישן מצבֿ. ער שטעלט זיך פֿאָר, װאָס די תּנכישע פֿיגור מתושלח װאָלט געטאָן װען ער זאָל לעבן בזמן־הזה (דער ענטפֿער װעט אײַך חידושן).
צװישן די לעצטע לידער פֿון באַנד געפֿינט זיך דאָס קורצע, אָבער אױסערגעװײנטלעך שאַרפֿע ליריקיך „דער מולך‟, װאָס איך דערלױב זיך דאָ צו ברענגען אין זײַן גאַנצקײט.
דער מולך
איך גלײב: אַ מענטשלעך האַרץ איז נישט קײן נאַרישער מוסקל
און בלוט באַהאַלט פֿיל מער װי נאָר אַ טראָפּנסשפּור פֿון דורות.
איך גלײב װי אױף־צו־להכעיִס אַלע הײַנטיקע רעיונות.
איך גלײב נאָך, כאָטש ס׳איז שװער צו בלײַבן בלינד און װערן טױב
אױף שטורעמדיקע צײַטן: װען עס װױען װעלף אין װעלדער,
װען ס׳רעדט דער מולך אָן און מענטשן פֿאָלגן נאָך זײַן רעדע!
עס הײבט דער האַס שױן װידער אױף זײַן חוצפּהדיקן קאָפּ
און קוקט אַרײַן אין אױגן װי אַ װינט אין הױלע פֿענצטער -
ער נערט זיך אױפֿן בלוט און פֿרעסט, צעפֿרעסט
די קאַלטע הערצער.
אַז אַזאַ לײענער װי איך, אין אַמעריקע, אַ לאַנד באַלאַגערט פֿון דרױסן און אינעװײניק פֿון מולך, דער צעפֿרעסער פֿון קאַלטע הערצער, פֿילט זיך בשותּפֿות מיט אַ פּאָליאַק, װאָס זײַן לאַנד ליגט אױך פֿאַרשמאַכט אונטער אַ ביטערער יאָך, איז נישט אַװעקצומאַכן מיט דער האַנט דעם כּוח פֿון דער פּאָעזיע, אַפֿילו אַזױ שפּעט אױפֿן ייִדישן זײגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.