אַנטווערפּן וועט אָנפֿילן אויסגעטריקנטן סטאַוו, ייִדן זאָלן קענען גײן צו תּשליך

Antwerp Will Refill Pond So Jews Can Perform Tashlich

דער סטאַוו אין אַנטערוופּן אין בעסערע צײַטן.
Wikimedia/Orrling
דער סטאַוו אין אַנטערוופּן אין בעסערע צײַטן.

פֿון ייִט״אַ

Published August 10, 2018.

די שטאָט־אינסטאַנצן אין אַנטווערפּן, בעגליע, האָבן מסכּים געװען אָנצופֿילן אַן אַויסגעטריקנטן סטאַוו מיט וואַסער, כּדי די אָרטיקע ייִדן זאָלן ראש־השנה קענען גײן צו תּשליך. דער סטאַוו, ניט גרעסער ווי אַ טײַכעלע, געפֿינט זיך אין אַ מלוכישן פּאַרק ניט ווײַט פֿונעם חסידישן קוואַרטאַל.

לויט דער אָרטיקער האָלענדיש־ייִדישער צײַטונג Lema’an Teda, וועלן פֿײַערלעשער אַרײַנפּאָמפּען טויזנטער גאַלאָנען וואַסער אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן װאַסערל. געוויינטלעך איז אינעם סטאַוו דאָ גענוג וואַסער אַז די אָרטיקע חסידים זאָלן קענען דאָרט דורכפֿירן די תּשליך־צערעמאָניע. אָבער צוליב די אומנאָרמאַלע הויכע טעמפּעראַטורן אין מערבֿ־אייראָפּע במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז דער סטאַוו ממש אויסגעטריקנט געוואָרן. עס פֿלעגן דאָרט אויך שװימען פֿיש אָבער נאָכן אויסטריקעניש איז ניט קלאָר, וויפֿל פֿון זיי לעבן נאָך. געװיסע חסידישע גרופּעס האַלטן, אַז מע קען מאַכן תּשליך בלויז איבער אַ וואַסערל וווּ עס געפֿינען זיך פֿיש. דערפֿאַר פּלאַנירן די ייִדן אַרײַנצוגעבן פֿיש אינעם סטאַוו נאָך דעם וואָס ער וועט ווידער אָנגעפֿילט ווערן.

אַחוץ דעם וועלן צוויי שילן אַליין אָנפֿילן ריזיקע באַסיינען וואַסער מיט פֿיש, כּדי מע זאָל דאָרטן אויך קענען דורכפֿירן דעם מינהג. די פּאָליציי איז צופֿרידן װאָס עס װעלן זײַן עטלעכע ערטער װוּ מע קען גײן צו תּשליך װײַל זײ ווילן ניט אַז אַלע זאָלן עס טאָן אינעם שטאָטישן פּאַרק, אויס זאָרג אַז אַנטיסעמיטן וועלן אפֿשר אויסנוצן די געלעגנהייט אָנצופֿאַלן אויף די ייִדן בעת זיי שפּאַצירן דאָרט.