די װאָך האָבן קיין וואַרשע עולה־רגל געווען הונדערטער מענטשן לכּבֿוד דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישער גענעאָלאָגיע.
אינעם לאָבי פֿונעם וואַרשעווער „הילטאָן האָטעל‟ וווּ די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען, האָב איך געטראָפֿן אַ פֿרוי וואָס איז נישט געווען קיין טיפּישע דעלעגאַטין. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זי געשיקט אויף דער קאָנפֿערענץ צוליב אַן איידעלן ענין. אין ישׂראל געפֿינען זיך גרונטן און הײַזער פֿון מענטשן וואָס האָבן זיי געקויפֿט נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אייגנטימערס זענען מסתּמא דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן. די ישׂראל־רעגירונג זוכט זייערע אָפּשטאַמלינגען אויף דער וועלט בכלל און אין פּוילן בפֿרט. ווי? אויך מיט דער הילף פֿון גענעאָלאָגן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? די ייִדישע מלוכה איז פֿאָרט אַ שטיקל אור לגוים, אַ ליכט פֿאַר די פֿעלקער. סטײַטש, אין אייראָפּע געפֿינען זיך ייִדיש האָב־און־גוטס וואָס מען קען יאָ זייערע יורשים, אָבער סײַ יחידים סײַ אינסטיטוציעס ווילן זיי נישט צוריקגעבן. מסתּמא האָט איר געהערט די געשיכטע אָדער געזען דעם פֿילם וועגן גוסטאַוו קלימטס מאָלערײַ „די פֿרוי אין גאָלד‟, דער פּאָרטרעט פֿון אַדעלע בלאָך־באַוער. די נאַציס האָבן צוגעגנבֿעט דאָס בילד און איר פּלימעניצע האָט געמוזט קעמפֿן יאָרן לאַנג ביז די עסטרײַכישע רעגירונג האָט עס איר אומגעקערט. די ישׂראלדיקע רעגירונג, פֿון דער אַנדערער זײַט, זוכט דווקא די יורשים פֿון גיטער וואָס זייערע יורשים ווייסן פֿון זיי אַפֿילו נישט. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
דאָס רובֿ אָנטיילנעמערס אין דער קאָנפֿערענץ זענען אָבער פּריוואַטע מענטשן. יעדער קען דאָ געפֿינען עפּעס פֿאַר זיך. די ליסטע פֿון די סוזשעטן איז לאַנג און טשיקאַווע. אָט האָט איר עטלעכע בײַשפּילן: „ייִדישע פּליטים אין שאָטלאַנד אין די 1930ער‟; „ווי קען מען אונטערשיידן צווישן פֿאַלשע און אמתע דאָקומענטן‟; „מײַנס דײַנס אונדזערס‟ אָדער „ווי האָט מען געשריבן תּנאים‟; „צי מײַן טאַטע האָט טאַקע געהאַט דרײַ ווײַבער‟, און נאָך און נאָך.
היות וואָס מיר, פּוילישע ייִדן, זענען כּמעט אין גאַנצן אויסגעמעקט געוואָרן דורך די דײַטשן, זוכן די לעצטע ייִדן דאָ זײערע אײגענע ווײַטע קרובֿים.
חוה ראָכמאַן איז איינע פֿון בלויז צוויי מענטשן וואָס זענען לעבן געבליבן פֿון איר שטעטל בעלדזיץ [Belzyce]. אַ דינסט וואָס האָט געאַרבעט בײַ איר משפּחה האָט זי געראַטעוועט. נאָך דער מלחמה זענען ביידע אַנטלאָפֿן קיין מערבֿ־פּוילן ווײַל די דינסט האָט מורא געהאַט אַז מען וועט זי אומברענגען. די סיבה: די פּאָליאַקן, וואָס זענען אַרײַן אין די ייִדישע שטיבער האָבן אָפֿט מאָל דערמאָרדעט דאָס ביסל ייִדן וואָס זענען על־פּי־נס צוריקגעקומען צו זייערע אַמאָליקע היימען. אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיי פֿאַרזיכערט אַז די הײַזער זאָלן בלײַבן אין זייער רשות.
מיט חוה ראָכמאַן האָב איך געהערט די לעקציע פֿון ד″ר דוד עלבאַום, אַ דערמאָטאָלאָג פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, וועגן זײַן משפּחה. נאָך דער לעקציע האָט ער זיך דערוווּסט אַז חוה ראָכמאַן איז דװקא זײַנע אַ ווײַטע קרובֿה. ווי אַזוי קען מען דאָס וויסן? דאָ קומט צו הילף אַ נײַער עלעמענט וואָס שפּילט אַ גרויסע ראָלע בײַ די גענעאַלאָגן די טעג: „די־ען־איי‟ טעסטן. לויט אַזאַ טעסט האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז נישט נאָר שטאַמען דער אַמעריקאַנער דאָקטאָר און די פּוילישע לעבן געבליבענע פֿון דער זעלבער לובלינער געגנט, נאָר זיי זענען אַ שטיקל משפּחה אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.