[לכתּחילה געדרוקט דעם 1טן סעפּטעמבער 1924]
כאָטש ס׳איז הײַנט גוט באַקאַנט, אַז דער פֿאָרווערטס איז געגרינדעט געװאָרן װי אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז ווייניקער באַקאַנט אַז ער האָט אויך געדינט ווי אַ מיטל צונויפֿצוברענגען ייִדיש־רעדנדיקע סאָציאַליסטן כּדי צו זאַמלען געלט פֿאַר סאָציאַליסטישע צװעקן.
אין 1898, למשל, איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער „פֿאָרווערטס־מאַסקנבאַל‟ ווי אַן אופֿן צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער גאַנץ פֿרישער צײַטונג. די דאָזיקע בעלער זענען געוואָרן אַ טראַדיציע פֿאַר זיך. מע האָט זיי דווקא ניט געמאַכט לכּבֿוד פּורים אָדער אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, כּדי צו באַטאָנען אַז דאָס איז אַ סעקולערע אונטערנעמונג, און װערט אָרגאַניזירט לטובֿת דעם פֿאָרװערטס. דאָס מאַכן מאַסקנבעלער איז בכלל געווען אַ פּאָפּולער מיטל צו שאַפֿן געלט אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן.
ווי אַזוי האָט מען זיך פֿאַרשטעלט אויף אַ מאַסקנבאַל פֿונעם פֿאָרווערטס? געוויסע קאָסטוימען זענען געװען פֿאַרשטענדלעך: אַ פֿאַרוווּנדיקטער שטרײַקער אָדער אַ משפּחה, וועמען מע האָט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער דירה. אַנדערע קאָסטוימען זענען געווען אַ סך מער אַבסטראַקט. איין ייִד האָט זיך, למשל, פֿאַרשטעלט ווי „קאַפּיטאַל, רעליגיע, און אַרבעט‟.
די מעלדונג דאָ האָט מען געשטעלט בעת דער תּקופֿה װען דער „פֿאָרווערטס‟־מאַסקנבאַל איז געװען שטאַרק פּאָפּולער, און טאַקע דערפֿאַר איז דער באַל פֿאָרגעקומען אין „מעדיסאָן־סקווער־גאַרדין.‟ מע פֿלעגט אויסטיילן דעם רװח פֿונעם באַל פּאַר די אָרעמערע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס.
מקור: Michels, Tony. A Fire in Their Hearts: Yiddish Socialists in New York (Harvard University Press)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.