אויב דו וועסט גיין מלחמה האַלטן קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, וואָס איז דיר געפֿעלן געוואָרן, מעגסטו זי נעמען פֿאַר אַ פֿרוי. דו דאַרפֿסט אָפּגאָלן אירע האָר און לאָזן אירע נעגל וואַקסן. זי וועט זיצן אין דײַן שטוב און באַוויינען אירע טאַטע־מאַמע. דערנאָך מעגסטו מיט איר חתונה האָבן.
אומצאָליקע פּירושים זענען שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם ענין פֿון „יפֿת־התּואר‟ – די געפֿאַנגענע פֿרוי פֿון פּרשת כּי תצא. באַזונדערס מאָדנע קלינגט עס אין קאָנטראַסט מיט אַ גאַנצער ריי מיצוות, וואָס ווערן ווײַטער דערקלערט אין דער סדרה און בלײַבן גאַנץ פֿאַרשטענדלעך און אַקטועל. למשל, די תּורה הייסט אונדז אומצוקערן די בעלי-בתּים זייערע פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן מיט אַ צוים די אָפֿענע דעכער און אַנדערע סכּנותדיקע ערטער; נישט צו אַנטלײַען געלט בריבית, מיט אַ פּראָצענט; צו מכבד זײַן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב.
בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה ווערט דערקלערט אַן אַנדער מיצווה, וואָס קלינגט פּונקט אַזוי אויסטערליש פֿאַרן הײַנטיקן מענטש. די תּורה באַפֿעלט אינגאַנצן אויסצומעקן אַ גאַנץ פֿאָלק – די עמלקים – קיין זכר פֿון זיי זאָל נישט בלײַבן אויף דער ערד. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קלינגט דער היתּר חתונה צו האָבן מיט אַ פֿאַרכאַפּטער פֿרעמדער פֿרוי אַפֿילו מענטשלעכער, ווי די מחית־עמקל. לכל־הפּחות, האָט אַן אַמאָליקער ייִדישער זעלנער געמעגט לאָזן לעבן אַ געפֿעלן־געוואָרענע עמלקישע פֿרוי.
דער רמב״ם פּסקנט, אַז אַן עמלקי, וואָס האָט זיך מגייר געווען אָדער סתּם אָפּגעוואָרפֿן זײַן עבֿודה־זרה און פֿירט זיך מענטשלעך, לויט די זיבן מיצוות פֿון בני־נח, ווערט אַ „כּשרער‟ מענטש. ייִדן מוזן אים אַרויסהעלפֿן און זיך באַצויגן מיט דרך־ארץ. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער רמב״ם אויך געפּסקנט, להיפּוך צו אַנדערע ראשונים, אַז מיט דער יפֿת־תּואר מעג דער זעלנער גלײַך האָבן אַן אינטימע באַציִונג. שפּעטער קאָן ער געבן אַ ברירה: אָדער זי מגייר צו זײַן, אָדער אַוועקצושיקן, אָדער דערהרגעט צו ווערן, טאָמער זי גלייבט פּרינציפּיעל אין איר עבֿודה־זרה. עס באַקומט זיך, אַז אַ כּנענישע צי אַן עמקלישע פֿרוי האָט געמעגט בלײַבן לעבן בתּנאַי, אַז זי איז געפֿעלן געוואָרן אַ ייִד, וועלכער האָט זי פֿאַרכאַפּט, פֿאַרגוואַלדיקט און געצוווּנגען צו ווערן אַ גיורת, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן.
איבעריק צו זאָגן, אַז אַזאַ סצענאַר קלינגט שוידערלעך אומעטיש פֿאַר אַ הײַנטצײַטיקן מענטש. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מיט 3,000 יאָר צוריק האָבן ייִדן על־פּי תּורה געמעגט אָפּטאָן פֿאַקטיש די זעלבע מעשׂים, חלילה, וואָס רופֿן בײַ אונדז אויס אַ ציטער אין די נײַעס וועגן די טעראָריסטישע גרופּעס.
אָנהייבנדיק פֿון די חז״ל און אַזעלכע קלאַסישע מפֿרשים, ווי רבינו בחיי, שטעלט די ייִדישע טראַדיציע דעם טראָפּ אויפֿן רוחניותדיקן תּוכן סײַ פֿון דער יפֿת־תּואר, סײַ פֿון דער מחית־עמלק. באַזונדערס בולט זעט מען עס אין די חסידישע ספֿרים, וווּ דער גשמיותדיקער אַספּעקט פֿון די דאָזיקע ענינים ווערט כּמעט אינגאַנצן אויסגעמיטן. די אמתע „יפֿת־תּואר‟ איז אונדזער יצר־הרע, און דער אמתער עמלק – די נטיה צום קאַלטן גלײַכגילט, גאווה און ווילן צו געוועלטיקן איבער אַנדערע מענטשן אין אונדזער נשמה.
ווען אַזאַ נטיה הייבט אָן אונדז צו שעפּטשען עפּעס שלעכטס אינעם אויער אַרײַן, דאַרף מען זי אינגאַנצן אויסראָטן. צומאָל טרעפֿט זיך אָבער, אַז מע מעג זיך געבן אַ קלוגע עצה און אויסנוצן דעם „עמלקישן‟ אַספּעקט פֿונעם יצר־הרע אויף אַזאַ אופֿן, אַז ער ווערט צום סוף אונדזער געהילף אין עבֿודת־השם. אונדזער אייגענע גאווה קאָנען מיר צומאָל „פֿאַרגוואַלדיקן‟ און פֿאַרוואַנדלען אינעם אינערלעכן כּוח, וואָס די חסידישע צדיקים רופֿן אָן „עזות שבקדושה‟ אָדער „עמלק שבקדושה‟, ווי עס דריקט זיך אויס דער הײַנטצײַטיקער ירושלים מקובל הרבֿ איתמר שוואַרץ אין זײַן ספֿר „קול דממה דקה‟. צומאָל גיט זיך אונדז אײַן צו פֿאַרוואַנדלען אונדזער אייגענע תּאווה צום גוואַלד אינעם פֿרידלעכן און קאָנסטרוקטיוון אימפּעט צו דערגרייכן אַ געוויסן צוועק, צו פֿאַרשפּרייטן עפּעס אָריגינעלס אין דער וועלט.
רבי שלום־דובֿ־בער שניאורסאָן, דער פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי, האָט געליטן פֿון אַ כראָנישער מרה־שחורה. די הײַנטיקע ליובאַוויטשער האָבן נישט ליב צו רעדן דערפֿון, אָבער ער אַליין איז זיך מודה אין דעם אין זײַנע שׂיחות. אַמאָל האָט דער דאָזיקער גרויסער רבי, איינער פֿון די טיפֿסטע חסידישע דענקער, באַזוכט דר׳ זיגמונד פֿרויד אין ווין, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ רפֿואה פֿאַר זײַן דעפּרעסיע. מע דערציילט, אַז דער באַרימטער דאָקטער איז נתּפּעל געוואָרן פֿון דער תּורת־החסידות, און באַמערקט דערין אַן ענלעכקייט צו זײַן אייגענער שיטה אין פּסיכאָלאָגיע. לויטן פּסיכאָאַנאַליז, איז טאַקע אמת, אַז אַזעלכע פֿינצטערסטע תּאוות, ווי דאָס ווילן, חלילה, עמעצן צו פֿאַרגוואַלדיקן אָדער אומצוברענגען, איז כּדאַי אַרויסצוברענגען פֿון דער אומבאַוווּסטזיניקער פֿינצטערניש און סובלימירן – פֿאַרוואַנדלען – אין פּאָזיטיווע שעפֿערישע כּוחות.
אַ דאַנק דעם ריזיקן אוצר פֿון חסידישע און פֿילאָסאָפֿישע פּירושים קאָנען מיר זיך באַרויִקן און אָפּצוטײַטשן יעדן „פּאָליטיש אומקאָרעקטן‟ מאָמענט אין דער הייליקער תּורה ברוחניות, מיט אַ מיסטישן אָדער פּסיכאָלאָגישן טעם. פֿאָרט, לייענען מיר דאָך, אַז דער ייִדישער מלך שאול אויסגעהרגעט כּמעט אַלע עמלקים; אַדרבה, ווערט ער קריטיקירט פֿאַרן איבערלאָזן דעם קיניג אַגג. אין דער גמרא־מסכתּא „סנהדרין‟ באַטראַכטן די חז״ל קאָנקרעטע פֿאַלן פֿון „אשת־תּואר‟ אין תּנ״ך.
וואָס קאָן מען זאָגן? נישט אַלץ אין אונדזער מסורה מעג מען באַטראַכטן ווי אַ פּראַקטישע הלכה למעשׂה. מיר ווייסן נישט גענוי, וואָס און פֿאַרוואָס האָבן מענטשן געטאָן מיט טויזנטער יאָר צוריק. דער רוחניותדיקער באַדײַט, צו סובלימירן און טראַנספֿאָרמירן אונדזערע באַגערן, בלײַבט אָבער אייביק וויכטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.