דער ייִדישער טעאַטער געניסט הײַנט פֿון אַ שטיקל רענעסאַנס. אין דער זעלביקער צײַט וואָס מע רעדט אַרום קלאַנגען אין דער אַלגעמיינער פּרעסע, אַז דער „פֿאָלקסבינעס‟ ייִדישן „פֿידלער‟ וועט אפֿשר אַריבערגיין אויף בראָדוויי אָדער גאַסטראָלירן איבער די גרעסטע שטעט פֿון צפֿון־אַמעריקע, גרייט מען אויך צו ווידער פֿאָרצושטעלן אַ פּאָפּולערע פּיעסע אין מאָנטרעאָל.
עס גייט די רייד וועגן אַבֿרהם שולמאַנס פּיעסע „בינטל־בריוו‟, וואָס לעבט אויף סצענעס פֿונעם פֿאָרווערטס׳ לעגענדאַרן עצה־רובריק און בינדט זיי צונויף מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שולמאַן האָט אַליין געזען בשעת זײַנע יאָרן ווי אַ זשורנאַליסט פֿאַר דער צײַטונג. אַ פּראָדוקציע פֿון דער פּיעסע וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין די 1970ער יאָרן איז געווען גאָר פּאָפּולער און איז פֿאַרבליבן איינע פֿון די באַליבטסטע פֿון דער אַקטריסע און טעאַטער־דירעקטאָרשע דאָרע וואַסערמאַן. טאַקע דערפֿאַר וועט די פּיעסע ווידער אינסצענירט ווערן דורכן מאָנטרעאָלער טעאַטער, וואָס טראָגט איר נאָמען. אין דער פּראָדוקציע, אונטערן רעזשי פֿון מישעל העסלער (מוזיקאַלישע לייטונג: ניק בורגעס), וועלן שפּילן 17 אַקטיאָרן.
אַבֿרהם שולמאַן איז, אַחוץ זײַנע הומאָרסקעס אינעם פֿאָרווערטס און זײַנע רײַזע־נאָטיצן, געווען באַקאַנט ווי אַ פּאָפּולערער רעדנער וועגן דער ייִדישער קולטור. אַ הומאָריסטיש ביכל זכרונות וועגן זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ רעדנער פֿאַר פֿאַרשידנאַרטיקע עולמס ייִדן איז אַרויס אויף ענגליש אין 1980 אונטערן נאָמען Adventures of a Yiddish Lecturer.
„בינטל־בריוו‟ וועט אויפֿגעפֿירט ווערן פֿון זונטיק, דעם 14טן אָקטאָבער, ביז זונטיק, 21סטן אָקטאָבער, און ווערט באַגלייט מיט ענגלישע און פֿראַנצייזישע איבערקעפּלעך.
כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://tickets.segalcentre.org/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.