דעם 18טן יולי 1888 האָט י. ל. פּרץ געשריבן שלום־עליכמען דעם װײַטערדיקן בריװ אויף לשון־קודש, װאָס מיר ברענגען דאָ אין דער ייִדישער איבערזעצונג:
אדוני היקר!
[…] אַלע זענען מודה, אַז איינע פֿון די זאַכן, וואָס באַפֿעסטיקט דעם נאַציאָנאַליזם איז די שפּראַך. אין מײַן פֿאָריקן בריוו האָב איך שוין געשריבן, אַז כּדי די שפּראַך זאָל זײַן אַ פֿעסטער זײַל, איז נייטיק זי זאָל זײַן אַ שפּראַך וואָס באַפֿרידיקט אַלע באַדערפֿענישן פֿון די, וואָס רעדן און לייענען אויף איר, און דעריבער דורך דערציילונגען אַליין קאָן מען נישט באַלעבן די שפּראַך, קאָן מען אונדז נישט באַלעבן.
[…] די מענער האָבן צוויי שפּראַכן – ייִדיש און לשון־קודש. פֿרויען האָבן נאָר איין שפּראַך, און אויף זיי דאַרף מען לײגן דעם טראָפּ. דאָס רובֿ פֿרויען גייען אַרום מיט ליידיקע הענט, אָן וואָסער ס’איז באַשעפֿטיקונג. שטענדיק זענען די פֿרויען די ערשטע זיך צו אַסימילירן און לערנען זיך אָפּ פֿון זייערע קריסטלעכע חבֿרטעס. יעדער איינער האָט זיך זײַנע גײַסטיקע באַדערפֿענישן, און װען די גײַסטיקע באַדערפֿענישן פֿון דער ייִדישער פֿרוי ווערן נישט באַפֿרידיקט אין דער היים, לערנט זי זיך בײַ פֿרעמדע און דורך פֿרעמדע.
אָט די פֿרויען, וואָס זענען פֿאַר אונדז שטענדיק אַ שטרויכלונג און אַ פּלאָג, קאָנען מיר פֿאַרוואַנדלען אין מיטהעלפֿער אין אונדזער נאַציאָנאַלער אויפֿלעבונג. ס’איז זייער גרינג צו רעדן צו זיי, אויסצולערנען זיי נוצלעכע זאַכן און בפֿרט װעגן דער ייִדישער געשיכטע. אויב יעדע ייִדישע פֿרוי וועט וויסן פֿאַרוואָס זי איז אַ ייִדישע, אויב זי וועט פֿאַרשטיין אַז זי האָט אויף זיך פֿיל אַנדערע חובֿות אויסער די דרײַ מצוות, און אַז זי טראָגט אַ באַזונדער אַחריות דערצו, וועט זי געפֿינען אַ שוץ קעגן די נישט־געװוּנטשענע השפּעות װאָס לויערן ביז איצט איבער איר.
דעריבער איז זייער וויכטיק אָנצישרײַבן פֿאַר די פֿרויען אַרטיקלען װעגן דער ייִדישער געשיכטע און אַזוי ווי דאָס רובֿ לייענער זענען פֿרויען – איז דאָס טאַקע דער עיקר־צװעק.
אײַער פֿאַרערער,
י. ל. פּרץ
די פֿאַרגאַנגענע װאָך איז פֿאָרגעקומען די לאַנג דערװאַרטע ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָװיץ. ס’איז מיר געווען אַ גרויסער כּבֿוד אָנטיילצונעמען אין דעם און ממש אַ מחיה צו פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך מיט פֿאַרברענטע ייִדישיסטן, צו שמועסן אויף ייִדיש פֿון פֿרישטיק ביזן לעצטן גלעזל משקה שפּעט אין אָוונט.
דערצו איז די קאָנפֿערענץ פֿאָרגעקומען אינעם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס אין דער שטאָט און אין דער אָרטיקער פּרעסע. אויף מיר האָבן די לעקציעס און די אָנטיילנעמערס געמאַכט אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק. נאָך מײַן רעפֿעראַט וועגן ישׂראל ראַבאָן און זײַן ראָמאַן „די גאַס‟, האָב איך זיך דערפֿרייט צו באַקומען אינטערעסאַנטע אָפּרופֿן װאָס װעט מיר העלפֿן ווײַטער אַנטװיקלען מײַן טעזע און באַרײַכערן מײַנע מיינונגען. נישט יעדן טאָג קען מען דיסקוטירן אַזעלכע ליטעראַרישע ענינים און באַקומען כּל־מיני קוקווינקלען.
אויף דער ערשטער טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, אינעם יאָר 1908, האָט נאָר איין פֿרוי גערעדט פֿאַרן עולם – אסתּר פֿרומקין. מיט 110 יאָר שפּעטער, זענען 10 פֿון די 50 רעפֿערענטן געװען פֿרויען, און גערעדט אויף כּלערלײ אינטערעסאַנטע טעמעס. װיל איך דאָ איבערגעבן װער עס זענען געװען די רעפֿערענטקעס, די טעמע פֿון זײער לעקציע און װי זײ האָבן אַלײן רעאַגירט אויף דער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָװיץ:
קריסטאַ אסתּר סענדרוי (לאָנדאָן קאָלעדזש אוניווערסיטעט, ענגלאַנד): „ניטאָ קיין בײגפֿאַל אין חסידיש ייִדיש: ראַיות פֿון ‘סטעמפֿאָרד היל’ חסידים‟.
„מײַן אײַנדרוק איז אַז די קאָנפֿערענץ־פּראָגראַם איז געװען זייער אַ ברייטע און געהאַט אַ פֿרישן און אָפֿענעם קוקווינקל. ס’איז פֿאָרגעקומען אַ גאַנצער פּאַנעל וועגן חסידיש־ייִדיש און דאָס איז שוין אַנטיטשנע. כ’האָב באַקומען אַ וואַרעמען קבלת־פּנים פֿון די ייִדישיסטישע קאָלעגעס, כאָטש איך בין אַ נײַ־געקומענע. כ’בין געווען זייער אַ צופֿרידענע ווען אויך אין שלוספּאַנעל האָבן אָנטייל גענומען פֿרויען. די דיסקוסיע איז נאָך רײַכער געוואָרן אַ דאַנק די פֿיל־מיניקייט פֿון די רעדנערס. איך בין בײַ דער מיינונג אַז מיר האָבן נאָך אַ לאַנגן וועג פֿאַר זיך, נישט נאָר אין דער ייִדיש־חסידישער וועלט, נאָר אויך אין דעם וועלטלעכן אַקאַדעמישן עולם פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג אָבער צו ביסלעך װעלן מיר דערגרייכן אונדזער ציל.‟
חיה־רחל נאָווע (גראַדויִר־צענטער, ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט): „פֿאָנעטישער קאָנטראַסט אין קורצע־לאַנגע וואָקאַלן אין אונטערלאַנדער ייִדיש‟
„אונדזערע טשערנאָוויצער פֿאָרגייערס האָבן זיך דאָ צונויפֿגעזאַמלט אינעם יאָר 1908 כּדי צו ראַטעווען דאָס מאַמע־לשון, כּדי צו דערלייזן די שפּראַך פֿונעם זשאַרגאָן־שטייגער. און הײַנט זײַנען מיר דאָ מיט פֿאָרשערס פֿון דער גאַנצער וועלט און רעדן וועגן דער ייִדישער וויסנשאַפֿט מיט שטאָלץ. אָבער דער רוף פֿון זשאַרגאָן איז נאָך נישט פֿאַרבײַ. איך האָב דאָס פּערזענלעך מיטגעמאַכט. מע האָט מיר געזאָגט אַז חסידים קענען נישט רעדן ייִדיש, אַז חסידיש־ייִדיש האָט נישט קיין גראַמאַטיק. איך ווייס אויך אַז ס’איז דאָ אַ גרויסער טייל לינגוויסטן וואָס האָבן אויסגעשלאָסן חסידיש־ייִדיש פֿון זייערע פֿאָרשונגען. אָבער אַזוי ווי פּראָפֿ’ דוד קאַץ האָט געזאָגט אין זײַן דערעפֿענונג־דרשה, קען מען נישט איגנאָרירן די איבער מיליאָן חסידיש־ייִדישע רעדנערס. פֿאַר מיר, ווי אַ נײַ־אָנגעקומענער אין טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, האָט דאָס אַ ריזיקן באַדײַט. עס האָט מיר געגעבן אַ האָפֿענונג אַז די סעסיע וועגן חסידיש־ייִדיש איז נאָר דער אָנהייב.‟
דיאַנע שאַפּיראָ (העברעיִשער אוניווערסטעט, ירושלים): „די פֿאַרשוווּנדענע וועלט: ייִדיש אין חיים גראַדעס קונסט פֿון רעקאָנסרוקציע נאָכן חורבן‟
„אין די לעצטע יאָרן בין איך בײַגעווען אַ סך קאָנפֿערענצן וועגן ייִדיש, דער עיקר – אין ישׂראל. ס’איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז ס’איז דאָ אַן אויפֿשטײַג אין שייכות מיטן אָנטייל פֿון פֿרויען אין דער אַקאַדעמישער וועלט פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. איך מיין אַז דאָס איז אַ תּיקון אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע יאָרן. הײַנט צו טאָג איז דאָס מער נישט אָנגענומען אַז נאָר מענער נעמען אָנטייל אין דער אַקאַדעמישער און קולטורעלער וועלט. הײַנט האָבן מיר, למשל, אויך אַ שעף־רעדאַקטאָרין אינעם פֿאָרווערטס. וואָס שייך מײַנע איבערלעבונגען אין טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, מוז איך זאָגן אַז ס’איז געווען פֿאַר מיר פּערזענלעך אַ פֿיל־שפּראַכיקע איבערלעבונג. נישט נאָר האָב איך גערעדט אויף ייִדיש אָבער איך האָב זיך אויך געחבֿרט מיט ייִדיש־פֿאָרשערינס פֿון דער גאַנצער וועלט און מיר האָבן גערעדט וועגן אַ צוזאַמענאַרבעט. איך בין זיכער אַז מיר קענען זיך אונטערשטיצן אין אַ סך וועגן. איך האָב זיך גאַנץ באַזונדערס דערפֿרייט אַז מיר האָבן געהאַט אַ פֿאַרטרעטונג פֿון דרײַ ישׂראלדיקע פֿרויען. און דאָס איז נישט קיין קלייניקייט!‟
לאה גאַרפֿינקל (תּל־אָבֿיבֿ): „די מיסיע פֿונעם נאָוועליסט אַהרון אַפּעלפֿעלד צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟
„אין אַלגעמיין זײַנען הײַנט דאָ מער פֿרויען אין דער אַקאַדעמישער װעלט ווי פֿריִער און לאוו דווקא אין דער ייִדישער פֿאָרשונגס־געביט. אין ישׂראל זײַנען בכלל דאָ מער פֿרויען אין דער הומאַניסטיק ווי מענער. די סיבה איז פּראָסט און פּשוט: פֿון הומאַניסטיק בכלל און פֿון ייִדיש בכלל האָט מען נישט קיין פּרנסה. איך רוף זיך נישט קיין פֿעמיניסטקע אָבער איך מוז זאָגן אַז איך בין זייער שטאָלץ אויף מײַן טעטיקייט אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג און ס’איז אַ כּבֿוד פֿאַר מיר אָנטייל צו נעמען אין דער קאָנפֿערענץ.‟
אַלטי ראָדאַל (אָטאַוואַ, קאַנאַדע): „אויסצוגן פֿון אַן אינטערוויו מיט יוסף בורג‟
[אַלטי, אַ געבוירענע אין טשערנאָוויץ נאָך דער מלחמה, איז געװען די עלטסטע פֿון דער דאָזיקער פֿרויען־גרופּע און זי האָט גאָר אַן אַנדערן קוקווינקל פֿון איר דערפֿאַרונג]
„קודם־כּל מוז מען שטעלן דעם טראָפּ אויף דעם אַז 2018 איז נישט 1908 וואָס שייך דעם סטאַטוס פֿון פֿרויען אין דער געזעלשאַפֿט. איך מיין אַז מער פֿרויען זענען אין דער הומאַניסטיק ווײַל זיי פֿילן אַ געװיסע נאָסטאַלגיע. אָבער איך בין אַ היסטאָריקערין און זע מיך נישט אײַן ווי אַ ייִדישיסטקע. איך מיין אַז ס’איז ניטאָ קיין צוקונפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך זיך אין גאַנצן צו אַנטוויקלען. ס’איז אַ וועלט וואָס פֿאַרשווינדט. מע קען עס נישט אויפֿלעבן. ס’איז אמת אַז די חסידים רעדן ייִדיש אָבער זיי לייענען נישט די ייִדישע ליטעראַטור וואָס מע שטודירט אויפֿן אוניווערסיטעט. ס’טוט מיר וויי עס צו זאָגן אָבער ס’איז אַ פֿאַרלוירענע וועלט.‟
אירענאַ יאַוואָרסקאַ (טשערנאָוויץ): „ייִדיש־רעדנדיקע אין טשערנאָוויץ נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה‟
„די חשובֿסטע דערגרייכונג פֿון דער קאָנפֿערענץ איז אַז ייִדיש־פֿאָרשערס און פֿאָרשערינען האָבן זיך צונויפֿגעקליבן פֿון דער גאַנצער וועלט און פּרוּוון יעדן איינעם אויסצוהערן. מיר זוכן נײַע האָריזאָנטן כּדי מיר זאָלן אַלע קענען מיטאַרבעטן און ווײַטער פֿאָרשן. מיר האָבן אַלע די זעלבע לײַדנשאַפֿט פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לאָמיר דאָס ממשיך זײַן!‟
ס׳איז אינטערעסאַנט צו לײענען װאָס י. ל. פּרץ האָט אַלײן דערקלערט בײַם סוף פֿון דער ערשטער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין שײַכות מיט פֿרויען:
„ייִדיש הייבט זיך נישט אָן מיט אײַזיק־מאיר דיק. דאָס חסידישע מעשׂהלע – דאָס איז טאַקע דער ‘בראשית’. „דער בעל־שם טובֿ – הבעש”ט‟ און אַנדערע וווּנדער־געשיכטעס זיינען פֿאָלקס־דיכטונגען. דער ערשטער פֿאָלקס־דיכטער איז געװען ‘נחמן בראַצלעוו מיט זײַנע זיבן בעטלער’. עס האָט אויך דערוואַכט און פֿאַרלאַנגט עפּעס פֿאַר זיך די ייִדישע פֿרוי, דאָס ייִדישע ווײַבל, דאָס ייִדישע מיידל. און [איצט] באַווײַזן זיך ווײַבערשע ביכלעך. פֿון עבֿרי־טײַטש ווערט אַ מאַמע־לשון…‟
אין דעם זינען איז י. ל. פּרץ ממש געווען אַ נבֿיא. במשך פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ האָבן פֿאָרשערס פֿון דער גאַנצער וועלט – סײַ מאַנסבילן סײַ פֿרויען - זיך פֿאַרנומען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און מיט דער ייִדישער שפּראַך, און די קלאַנגען פֿון ייִדיש האָבן אָפּגעהילכט אין די זאַלן פֿונעם טשערנאָװיצער אוניװערסיטעט און אין די אָרטיקע גאַסן.
מע קען זיך נאָר ווינטשן אַז אין צען יאָר אַרום וועט דאָ פֿאָרקומען נאָך אַזאַ קאָנפֿערענץ װאָס זאָל אַזוי שטאַרק מצליח זײַן.
־־־־־־־־־־־־־־־ * אָפּגעדרוקט בײַ נחמן מייזיל, „י. ל. פּרץ: בריוו און רעדעס‟ (ווילנער פֿאַרלאַג פֿון ב. קלעצקין, 1929), זז’ 29־31
** אָפּגעדרוקט בײַ נחמן מייזיל, [„י. ל. פּרץ: בריוו און רעדעס‟ (ווילנער פֿאַרלאַג פֿון ב. קלעצקין, 1929), זז’ 369־376
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.