פֿון מאָל צו מאָל הערט מען אַ טענה, אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור באַקומען פֿרױען ניט קײן געהעריקן אױפֿמערק און אָפּשאַצונג. דאָס איז יאָ געװען אמת מיט אַ פּאָר יאָרצענדליק צוריק, אָבער לעצטנס זײַנען פֿרױען געװאָרן אײנע פֿון די צענטראַלע טעמעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. עס קומען איצט כּסדר אַרױס נײַע אַרטיקלען, איבערזעצונגען און אױסשטעלונגען אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן אין אין פֿאַרשידענע לענדער געװידמעט דבֿורה פֿאָגעל, רחל אױערבאַך, אַנאַ מאַרגאָלין. ד”ר קעטרין העלערסטין האָט אַרױסגעגעבן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג װעגן זעקס ייִדישע פּאָעטעסעס. איצט איז צו דער דאָזיקער ביכער־פּאָליצע צוגעקומען אַ נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, אָנגעשריבן פֿון ד”ר זעלדע ניומען.
מאָלאָדאָװסקי האָט אָנגעשריבן איר אײגענע אױטאָביאָגראַפֿיע, װאָס זי האָט אױף דער עלטער פֿאַרעפֿנטלעכט אין המשכים אינעם זשורנאַל „סבֿיבֿה‟. ניומאַנס ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿירט אַ מין קריטישן דיאַלאָג מיטן דאָזיקן מקור. זי דערגאַנצט און צו מאָל ענדערט זי מאָלאָדאָװסקיס אײגענעם נוסח פֿון איר לעבן מיט דער הילף פֿון אַרכיװאַלע דאָקומענטן, פּערזענלעכע אינטערװיוען מיט מאָלאָדאָװסקיס קרובֿים, און זכרונות פֿון אַנדערע מענטשן. ניומען פֿירט אויס עטלעכע אײגענע השערות װעגן דעם אָדער יענעם עפּיזאָד אין איר העלדינס לעבן, פּרוּװט צו רעקאָנסטרויִרן אירע מאָטיװן און געפֿילן. צו מאָל זעען די דאָזיקע סבֿרות מער גלייבעװדיק, צו מאָל װײניקער.
קאַדיע מאָלאָדאָװסקי איז געװען אַ גאָר פּראָדוקטיװע ייִדישע שרײַבערין. אָנגעהױבן איר ליטעראַרישע קאַריערע האָט זי אין קיִעװ אין 1918. זי איז דעמאָלט געװען אין קיִעװ על־פּי צופֿאַל אין די שטורעמדיקע טעג פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע, און איז גלײַך אַרײַן אין דער ברױזיקער סבֿיבֿה פֿון דער „קולטור־ליגע‟. דעמאָלט האָט דוד בערגעלסאָן אָנערקענט איר דיכטערישן טאַלאַנט און פֿאַרעפֿנטלעכט צװײ לידער אירע אינעם צװײטן באַנד פֿונעם זאַמלבוך „אײגנס‟. בערגעלסאָנס אױפֿמערקזאַמקײט און שטיצע האָבן אװדאי געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף מאָלאָדאָװסקי, װאָס איז געװען אַרום צען יאָר ייִנגער פֿאַר אים. װי װײַט אָבער לאָזט זיך די דאָזיקע באַציִונג אױסטײַטשן װי אַ ליבע איז אַ פֿראַגע, װאָס ניומען איז נוטה צו באַענטפֿערן אַז יאָ.
מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מאָלאָדאָװסקי חתונה געהאַט מיט שׂמחה לעװ, אױך אין קיִעװ. אַזױ אַרום האָט די רעלאַטיװ קורצע צײַט, װאָס זי האָט פֿאַרבראַכט אין קיִעװ, ממש באַשטימט דעם קורס פֿון איר לעבן. פֿון אַ יונגער ציוניסטקע, װאָס האָט זיך געגרײט צו װערן אַ העברעיִש־לערערקע, איז זי געװאָרן אַ ייִדישע דיכטערין מיט בונדיסטישע סימפּאַטיעס. פֿון קיִעװ איז דאָס פּאָרפֿאָלק אַװעק קײן פּױלן און סוף־כּל־סוף זיך באַזעצט אין װאַרשע. דער װאַרשעװער פּעריאָד האָט געדױערט ביז דער עמיגראַציע קײן אַמעריקע אין 1935. אױף די שפּאַלטן פֿון „ליטעראַרישע בלעטער‟ האָט זי געפֿירט אַ הײסע פּאָלעמיק קעגן מלך ראַװיטשן װעגן דעם אָרט און דער ראָלע פֿון פֿרױען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער װיכטיקער סיכסוך איז לעצטנס פּרטימדיק געפֿאָרשט געװאָרן דורך דער פּױלישער ליטעראַטור־היסטאָריקערין קאַראָלינאַ שימאַניאַק. אַן אַנדער מחלוקת אַרום אַן ענלעכן ענין האָט מאָלאָדאָװסקי געהאַט מיט אַהרן צײטלינען. אין בײדע פֿאַלן, האַלט ניומען, איז מאָלאָדאָװסקיס פּאָלעמישער ברען געװען אַ ביסל איבערגעטריבן.
אין פּױלן האָט מאָלאָדאָװסקי פֿאַרעפֿנטלעכט פֿיר ביכער, װאָס האָבן איר קונה־שם געװעּּן װי אַ פֿירנדיקע ייִדישע דיכטערין: „מעשׂהלעך‟ פֿאַר קינדער (1931), די לידער־זאַמלונג „חשװנדיקע נעכט‟ (1927) און „דזשיקע־גאַס‟ (1933) און די פּאָעמע „פֿרײדקע‟ (1935). אין אירע לידער האָט זי בולט אַרױסגעװיזן איר סימפּאַטיע פֿאַר פּראָסטע אָרעמע ייִדישע פֿרױען, װאָס שלאָגן זיך פֿאַר אַ שטיקל ברױט אין דער פֿרעמדער מאָדערנער שטאָט. דערבײַ איז זי ניט געװען פּאָליטיש אַנגאַזשירט און געהאַלטן אַ געװיסע דיסטאַנץ צו אַלע פּאַרטײען, להיפּוך צו איר מאַן, װאָס איז געװען אַ קאָמוניסט.
איר עמיגראַציע קײן אַמעריקע איז געװען אַ שװערע דערפֿאַרונג, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס איר פֿאָטער און צװײ שװעסטער האָבן שױן לאַנג געהאַט געלעבט אין פֿילאַדעלפֿיע. כאָטש זי איז געװען שטאַרק פּאָפּולער, האָט מאָלאָדאָװסקי ניט גלײַך געפֿונען אַ געהעריק אָרט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, און האָט זיך ניט געפֿילט הײמיש אינעם נײַעם לאַנד. אין 1950 האָט זי עולה געװען קײן מדינת־ישׂראל, אָבער אױסגעהאַלטן דאָרט בלױז דרײַ יאָר און זיך אומגעקערט קײן אַמעריקע. איר אַװעקפֿאָרן האָט שטאַרק אַנטטױשט די העברעיִשע אינטעליגענץ. זלמן שזר האָט אַפֿילו פֿאַרפֿאַסט אַ קלאָגליד אױף ייִדיש דערפֿון!
די צװײטע אַמעריקאַנער תּקופֿה איז געװען מער דערפֿאָלגרײַך און שעפֿעריש פּראָדוקטיװ. אונטערן פּעננאָמען רבֿקה זילבערג, אַ ליטעראַרישער פּערסאָנאַזש אין עטלעכע װערק אירע, האָט מאָלאָדאָװסקי געפֿירט אַ רובריק אין פֿאָרװערטס װעגן מערקװירדיקע פֿרױע־געשטאַלטן אין דער ייִדישער געשיכטע. אין 1960 האָט זי געשאַפֿן אַ נײַעם ליטעראַרישן זשורנאַל „סבֿיבֿה‟, װאָס האָט געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ניומען האַלט די דאָזיקע פּובליקאַציע פֿאַרן אײנציקן אמתן קאָנקורענט פֿון סוצקעװערס „די גאָלדערע קײט”. זי איז ספּעציעל סענסיטיװ צו די ניואַנסן פֿון מאָלאָדאָװסקיס ליטעראַרישער שפּראַך.
אין דעם בוך אַנטפּלעקט זיך קאַדיע מאָלאָדאָװסקי װי אַ קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקײט פֿול מיט שעפֿערישער ענערגיע, און אָן שום ספֿק אַ װיכטיקער שרײַבער צי דיסקוטירן אינעם געביט פֿון דער ליטעראַרישער פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.