הײַנט וועל איך זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן נאַציאָנאַליזם אין ישׂראל און נאַציאָנאַליזם אין די באַלטישע לענדער און איך וועל געבן צו פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דאָס אַלץ מיט אונדזער קליינער ייִדישער קהילה אין פּוילן.
לעצטנס איז די וועלט געגאַנגען כאָדאָראָם וועגן דעם אַזוי גערופענעם חוק הלאום אין ישראל. חוק מיינט געזעץ און לאום מיינט פֿאָלק. דאָס געזעץ זאָגט אַז די ייִדישע מדינה געהערט דעם ייִדישן פֿאָלק. באַלד האָט זיך אָנגעהויבן אַ כוואַליע פֿון פּראָטעסטן. דאָס געזעץ איז נישט דעמאָקראַטיש, דאָס געזעץ איז ראַסיסטיש, דאָס געזעץ דיסקרימינירט קעגן מינדערהייטן און נאָך און נאָך.
איז ראשית־כּל, ייִדן זענען אַ פֿאָלק, נישט קיין ראַסע. ווער סע האָט אויגן אין קאָפּ און וויל זיי נוצן, זעט באַלד אַז מיר זענען ווײַסע און שוואַרצע, בלאָנדע און רויטע, תּימנער און רומענער.
השנית, אַ נאַציאָנאַל־שטאַט מוז נישט דיסקרימינירן קעגן מינדערהייטן. פּאַראַגראַף פֿיר אין דער דענישער קאָנסטיטוציע זאָגט אַז דענמאַרק געהערט דער לוטעראַנישער קירך. דאָס מיינט נישט אז ייִדן קענען נישט לעבן אין דענמאַרק אַ פֿול ייִדיש לעבן. דענמאַרק, אגבֿ, איז די איינציקע מדינה וואָס האָט געראַטעוועט אירע ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אָבער לאָמיר בעסער רעדן וועגן אונדזערע נאָענטע שכנים. די ליטווישע קאָנסטיטוציע פֿאַרווערט נישט אַנדערע פֿעלקער צו וווינען אין ליטע אָבער באַטאָנט אַז די ליטווישע סוּווערעניטעט געהערט די ליטווינער אַליין.
לעטלאַנד באַטאָנט אַז די קריסטלעכע אמונה איז די נאַציאָנאַלע אמונה אין לאַנד און פֿאַרווערט די רוסישע מינדערהייט וואָס איז אַן ערך פֿערציק פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקרונג צו לערנען אויף זייער שפּראַך. אין ישׂראל איז די אַראַבישע מינדערהייט אַ סך קלענער אָבער פֿון דעסטוועגן האָט ישׂראל בחינמדיקע מלוכישע שולן אויף אַראַביש.
הייסט עס, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד וואָס האָט קריטיקירט ישׂראל פֿאַר דעם אַזוי גערופֿענעם חוק הלאום לעבט בשלום ושלוה מיט אַ סך שאַרפֿערע נאַציאָנאַליסטישע געזעצן בײַ די אייגענע מיטגלידער, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
וואָס בין איך יאָ אויסן? איז אַזוי. פּונקט ווי אַראַביש איז אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך אין ישׂראל, איז ייִדיש אַן אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַך אין פּוילן. בכלל אין אייראָפּע איז פֿאַראַן אַ טראַדיציע וואָס עקסיסטירט נישט אין אַמעריקע (אַחוץ אפֿשר לגבי די אינדיאַנער). דהײַנו, די מלוכה שאַפֿט אויף די אייגענע הוצאָות שולן פֿאַר מינדערהייטן. צום באַדויערן איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג בלויז אַ ברעקעלע פֿון דער אַמאָליקער געוואַלדיקער קהילה וואָס האָט געלעבט דאָ פֿאַר דער מלחמה, אָבער איך האַלט אַז וואַרשע האָט גענוג ייִדישע קינדער מע זאָל קענען שאַפֿן איין באַשיידענע גימנאַזיע, אָדער אַ ליצעום ווי מען רופֿט מען דאָס דאָ. דערװײַל האָבן מיר דאָס נישט.
אַנשטאָט צו פֿירן מלחמות מיט די פּאָליאַקן וועגן זייערע חורבן־געזעצן און באַשולדיקן זיי אַז זיי זענען אַזוינס און אַזעלעכס, וואָלטן אונדזערע ייִדישע כּלל־טוערס געמעגט טראַכטן אַ ביסל וועגן אונדזער יוגנט און שאַפֿן מיט דער הילף פון דער פּוילישער רעגירונג, כאָטש איין ייִדישע גימנאַזיע.
אַ גימנאַזיע אין נישט קיין קינדער־גאָרטן. אין אַ גימנאַזיע עסט מען נישט. במילא איז כּשרות, פֿאַר דאָס ביסל תּלמידים וואָס עסן יאָ כּשר, נישט קיין מניעה.
מיר האָבן דאָ אָ שטאָטישן ייִדישן טעאַטער. פֿאַר וואָס קענען מיר נישט האָבן אַ שטאָטישע ייִדישע גימנאַזיע? די לימודים וואָלטן געװען אויף פּויליש לויט דער פּראָגראַם פֿון דער פּוילישער מלוכה מיט אַ היפּשן צוגאָב פון ייִדיש און העברעיִש, און די תּלמידים וואָלטן געלעבט אין חבֿרשאַפֿט ווי עס האָבן געלעבט די תּלמידים פֿון די אַמאָליקע ייִדישע גימנאַזיעס אין פּוילן און אין ליטע.
אָמן, כּן יהי רצון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.