אין וואַרשע איז די פֿאַרגאַנגענע װאָך פֿאָרגעקומען דער יערלעכער יצחק באַשעוויס זינגער־פֿעסטיוואַל. איינער פֿון די בכּבֿודיקסטע געסט אויפֿן פֿעסטיוואַל איז געװען האַואַרד ריפּ, אַן אַקטיאָר, רעזשיסאָר און דער דירעקטאָר פֿונעם נפֿש טעאַטער (תּיאטרון הנפֿש) אין ישׂראל. דער טעאַטער האָט טאַקע געשפּילט צוויי פּיעסעס אין ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל: „גימפּל תּם‟ און „חנהס וואַליזקע‟.
אַז מיר האָבן זיך געטראָפֿן, געטרונקען אַ קאַוועלע און געכאַפּט אַ שמועס האָט האַואַרד ריפּ מיר דערציילט װעגן אַ פֿילם וואָס ער האַלט אין מיטן שאַפֿן. ריפּ האָט לעצטנס אָנטייל גענומען אין אַ פֿעסטיוואַל וואָס דער „טעאַטער ען ען‟ האָט אָרגאַניזירט אין לובלין. דער פֿעסטיוואַל האָט געהייסן „אויף די פֿוסטריט פֿון יצחק באשעוויס זינגער‟. ריפּס טעאַטער האָט געשפּילט אין ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל אין אַ טוץ שטעט און שטעטלעך וואָס באַשעוויס באַשרײַבט אין זײַנע דערציילונגען: לובלין, כעלם, גאָרײַ און אַנדערע. די דאָזיקע נסיעות האָבן טאַקע אינספּירירט דעם פֿילם. אינעם פֿילם זוכט ריפּ, אָנגעטאָן ווי גימפּל תּם, די ייִדן פֿון אַמאָל – אָדער גענויער געזאָגט, אַ זכר פֿון זײ.
אין איינער פֿון די רירנדיקסטע סצענעס פֿונעם פֿילם זעט מען ווי גימפּל קען נישט געפֿינען זײַן אייגענעם קבֿר אויפן צעשטערטן בית־עולם פֿון זײַן שטעטל פֿראַמפּאָל. בכלל, אַנטדעקט ער אַז די אַמאָליקע שילן אין דער געגנט זענען הײַנט רעסטאָראַנען און דיסקאָטעקן. סע קלינגט ממש ווי די לעצטע ווערטער פֿון באַשעוויסעס מעשׂה „טישעוויץ‟:
„די קהילה האָט מען אויסגעקוילעט, די ספֿרים פֿאַרברענט, ס’בית־עולם געשענדעט… אין באָד פּליוסקען זיך יוונים… ס’איז אויס יצר־הרע, אויס יצר־טובֿ, אויס עוונות, אויס נסיונות… דער דור איז שוין זיבן מאָל חייבֿ, נאָר משיח קומט נישט. צו וועמען זאָל ער קומען? אַז משיח איז נישט געקומען צו די ייִדן זענען די ייִדן אַוועק צו משיחן.‟
האַואַרד ריפּ דערציילט אַז פּונקט ווי באַשעוויס האָט געשריבן, זענען קיין ייִדן מער נישטאָ. געבליבן איז בלויז דער אָנדענק. דאָ אָבער, זאָגט ריפּ, איז ער געווען איבערראַשט זיך צו טרעפֿן מיט איידעלע פּאָליאַקן וואָס טוען אַלץ וואָס זיי קענען כּדי אָט דער אָנדענק זאָל נישט אויסגעמעקט ווערן.
אַז מען רעדט פֿון אָנדענק, קען איך דאָ באַריכטן, אַז די שטאָט וואַרשע האָט אויפֿגעשטעלט אין אַ שיינער צערעמאָניע אַ טאָוול לכּבֿוד באַשעװיסן, אַ בן־עיר. באַשעוויס האָט געלעבט אין וואַרשע נאָר במשך פֿון זײַנע יונגע יאָרן אָבער געשריבן וועגן זיין באַליבטער שטאָט האָט ער זײַן גאַנץ לעבן. אויב איר וועט קומען קיין וואַרשע וועט איר קענען זען דעם אָנדענק־טאָוול אויף דער קראָכמאַלנער גאַס. די משפּחה זינגער האָט טאַקע געלעבט אויף דער קראָכמאַלנער גאַס. אין דער צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען, צווישן אַנדערע, אויך גאָלדע טענצער פֿון דער „פֿונדאַציע שלום‟ וואָס פֿירט אָן מיטן באַשעוויס־פֿעסטיוואַל אין וואַרשע, און באַשעוויסעס אַן אייניקל, מירבֿ חן, וואָס האָט געירשנט איר זיידנס קלאָרע בלויע אויגן. מירבֿ חן האָט באַדאַנקט די שטאָט וואַרשע פֿאַר אויפֿהאַלטן דעם זכּרון פֿון וואַרשעס ייִדישער קולטור בכלל און פֿון איר זיידן בפֿרט.
צום סוף לאָמיר דאָ ברענגען באַשעוויסעס אייגענע ווערטער וואָס זענען אײַנגעקריצט געוואָרן אויפֿן טאָוול: „יעדע ייִדישע גאַס אין וואַרשע איז געווען אַ שטאָט פֿאַר זיך‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.