„איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער.‟ אַזוי הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשת נצבֿים, וואָס קומט אַלעמאָל פֿאַר ראָש־השנה. משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אין אַ קאָלעקטיוון בונד מיטן באַשעפֿער.
משה רבינו האָט דערקלערט זײַן פֿאָלק, אַז יעדער ייִד טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן. אין אַ ריי ספֿרים־הקדושים, אַרײַנגערעכנט דעם קלאַסישן „ספֿר־חסידים‟ פֿון רבי יהודה־החסיד, איינער פֿון די אָבֿות פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט, ווערט באַטאָנט, אַז דאָס קעגנזײַטיקע אַחריות גייט נאָך ווײַטער און איז נישט באַגרענעצט בלויז מיט ייִדן; די מענטשהייט בכלל טראָגט אַ קאָלעקטיוו אַחריות פֿאַר זיך.
ס׳איז באַוווּסט, אַז די הײַנטיקע פּרשה איז מרמז אויפֿן קומענדיקן יום־טובֿ. משה רבינו זאָגט: „אַתּם נצבֿים היום כּולכם‟ – הײַנט שטייט איר אַלע צוזאַמען. ווען איז אָבער „הײַנט‟? ס׳זעט אויס, אַז די תּורה מיינט אַ קאָנקרעטן טאָג; עס מיינט דעם טאָג, ראָש־השנה, ווען דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן דעם וויכטיקסטן טייל פֿון דער בריאת־העולם – דעם אָדם־הראשון. אַלע מענטשן זענען ברוחניות „ברעקלעך‟ פֿון אָדמס נשמה, וואָס האָבן זיך צעשפּאָלטן און זיך צעגאַנגען אויף היפּוכדיקע דרכים צוליב זײַן חטא. די ימים־נוראים זענען די טעג, ווען מיר האָפֿן צו ברענגען די דאָזיקע ברעקלעך, דורך אונדזערע תּפֿילות און תּשובֿה, צוריק אינעם בראשיתדיקן אַחדות.
דער ענין פֿון אַחדות ווערט טאַקע כּסדר דערמאָנט אין די ראָש־השנהדיקע תּפֿילות, פֿאַרבינדנדיק דעם הייליקן יום־טובֿ מיט אונדזער סדרה. ווי עס שטייט געשריבן אינעם מחזור, זענען אַלע מענטשן גלײַך פֿאַרן אייבערשטן: „שוה ומשוה קטון וגדול‟ – פֿאַרן רבונו־של־עולם זענען מיר אַלע גלײַך, קליינע און גרויסע. דאָס וואָרט „היום‟ – הײַנט – איז מרמז אויפֿן הייליקן טאָג, ווען מיר שטייען אַלע צוזאַמען, כּדי אַרײַנצוטרעטן בײַם אָנהייב פֿונעם קומענדיקן יאָר אין אַ נײַעם בונד מיטן באַשעפֿער.
פֿרעגט זיך אַ קשיא: איז ראָש־השנה בעצם אַ קאָלעקטיווער צי אַן אינדיווידואַליסטישער יום־טובֿ? הגם מיט צוויי טעג פֿריִער פֿאַרן הייליקן יום־טובֿ לייענען מיר די פּרשת „נצבֿים‟, וווּ משה רבינו האָט געזאַמלט אַלע ייִדן און דערמאָנט זיי דאָס קעגנזײַטיקע אַחריות איינער פֿאַרן צווייטן, בלײַבט ראָש־השנה אַסאָציִיִרט דווקא מיט אָדם און חוה – די ערשטע און איינציקע מענטשן אויף דער וועלט, וואָס האָבן, נעבעך, קאַליע געמאַכט דעם גאַנצן וועלטבאַשאַף צוליב זייער חטא. אין דעם זין, איז ראָש־השנה בעצם אַ יום־טובֿ פֿונעם יחיד, וואָס שטרעבט תּשובֿה צו טאָן און באַטייליקט זיך אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן אינעם תּיקון פֿון אָדם הראשונס זינד. ווי באַלד ס’קומען אין די שילן טויזנטער יחידים, מאַכט זיך אָבער דער אײַנדרוק, אַז אין די ימים־נוראָים שטעלן מיר דעם אַקצענט אויפֿן קאָלעקטיוו, אויף די רבים. „ברובֿ עם הדרת מלך‟ – ס׳איז וויכטיק צו דאַוונען ראָש־השנה און יום־כּיפּור מיט אַ גרויסן עולם.
באַקומט זיך, אַז אין ראָש־השנה ווערן פֿאַראייניקט צוויי היפּוכדיקע טענדענצן: די טיף־פּערזענלעכע עבֿודת־התּפֿילה און עבֿודת־התּשובֿה פֿונעם יחיד, און דער קאָלעקטיווער טעם פֿונעם מאַסן־דאַוונען. אַזעלכע באַליבטע תּפֿילות ווי „ונתנה תּוקף‟ ווענדן זיך צו אונדזער האַרצן אויף אַ טיף־פּערזענלעכן אופֿן, אָבער ווערן געזאָגט דווקא ברבים. פֿאָרט, העלפֿט אונדז די אַטמאָספֿער פֿונעם קאָלעקטיוון דאַוונען צו דינען דעם אייבערשטן דווקא ווי יחידים.
אין דער תּפֿילה „ונתנה תּוקף‟ שטעקט, אַגבֿ, אַן אינטערעסאַנטער סוד. לויט דער באַקאַנטער לעגענדע, האָט זי געשאַפֿן אַ געוויסער צדיק מיטן נאָמען רב אמנון, וועלכער איז אומגעקומען על קידוש־השם בערך מיט אַ טויזנט יאָר צוריק. די היסטאָריקער האָבן אָבער אָנגעוויזן, אַז די מעשׂה מיטן דאָזיקן לעגענדאַרן קדוש שטאַמט פֿון קריסטלעכע לעגענדעס וועגן גאָר אַן אַנדער פּערזענלעכקייט, עמעראַם פֿון רעגנסבורג, וועלכן די קריסטן באַטראַכטן ווי אַ הייליקן מענטש, וועלכער איז פֿאַרפּײַניקט געוואָרן אויף טויט דורך די געצנדינער אינעם 7טן יאָרהונדערט. אַ טייל פֿאָרשער האַלטן אַז אַפֿילו דער עצם־נוסח פֿון „ונתנה תּוקף‟ האָט אַ שײַכות צו אוראַלטע קאַטוילישע תּפֿילות.
אויב דאָס איז אמת, ווײַזט עס אונדז, אַז ראָש־השנה איז טאַקע אַ פּאַראַדאָקסאַלער יום־טובֿ, דער סאַמע ייִדישער, טיף אינדיוודואַליסטישער, אָבער אויך אַן אוניווערסאַלער, קאָלעקטיווער און אַלמענטשלעכער טאָג.
להיפּוך צו דער פֿאַרשפּרייטער – און טעותדיקער – מיינונג, איז ראָש־השנה דער טאָג, ווען נישט די גאַנצע וועלט, נאָר דער ערשטער מענטש, אָדם־הראשון, איז באַשאַפֿן געוואָרן. די שטיינער, געוויקסן און בעלי־חיים האָבן דעמאָלט שוין עקזיסטירט, באַשאַפֿן במשך פֿון די ששת־ימי־בראשית. אָן דעם מענטש איז אָבער די וועלט געווען ליידיק; דווקא צוליב אָדם און חוה האָט דער אוניווערס באַקומען אַ באַדײַט, אַ זין. דעריבער, באַטראַכטן מיר ראָש־השנה ווי דעם טאָג, ווען דער גאַנצער אוניווערס – אונדזער מענטשלעך וועלטל – איז אויפֿגעקומען.
אין אונדזער פּרשה שטייט געשריבן, אַז די פֿאַרבאָרגענע סודות פֿון דער תּורה, „הנסתּרות‟ – געהערן צום אייבערשטן, און צו אונדז געהערן די „הנגלות‟ – דאָס, וואָס איז אָפֿן און פֿאַרשטענדלעך. די תּורה איז נישט אויפֿן הימל און נישט איבערן ים, ווי עס ווערט באַטאָנט אין דער סדרה, נאָר „אין דײַן מויל און אין דײַן האַרצן‟.
פֿון דעסט וועגן, זענען די ימים־נוראָים בכלל און ראָש־השנה בפֿרט די טעג, ווען מיר באַטראַכטן די וועלט יעדעס יאָר דווקא ווי אַ מיסטעריע, װי אַן אוצר פֿון סודות. אַ סך פּיוטים אינעם מחזור האָבן אַ מיסטעריעזן טעם. אַפֿילו גרויסע תּלמידי־חכמים קוקן צומאָל אַרײַן אין די „ווײַבערישע‟ מחזורים מיט עבֿרי־טײַטש, וואָס העלפֿן צו פֿאַרשטיין די ראָש־השנהדיקע תּפֿילות. „אַתּם נצבֿים היום כּולכם‟ – איר שטייט הײַנט אַלע צוזאַמען. נישט אַלעמאָל פֿאַרשטייען מיר אַפֿילו די ווערטער פֿון די תּפֿילות, אָבער דאָס עצם־שטיין צוזאַמען העלפֿט אונדז צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אונדזער עבֿודה ווי יחידים העלפֿט צו ברענגען דעם אַלגעמיינעם תּיקון־עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.