פֿאַר וואָס האָב איך איצט, צווישן אויגוסט און אלול, זיך פּלוצעם דערמאָנט אין מרדכי ווירשובסקי? אין אונדזער לאַנד ישׂראל, וווּ די פּאָליטיקערס בײַטן זיך כּסדר און די פּאָליטיק בלײַבט פֿאָרט די זעלבע, ווער געדענקט נאָך אָט דעם לאַנגיאָריקן חבֿר־כּנסת און כּלל־טוער? ווירשובסקי איז געשטאָרבן נישט לאַנג צוריק, אין יאָר 2012, אָבער עס דאַכט זיך אַז זײַן טעטיקייט געהערט צו גאָר אַ ווײַטן עבֿר. עס איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אים צווישן די נײַע גראָבער־יונגערישע מיטגלידער פֿון כּנסת: נישט יונג און נישט קיין שיינער פּאַרשוין איז ער געווען, אַ בעל־לשון וואָס האָט גערעדט מיט א דײַטשישן אַקצענט, און דערצו – אַ ברענענדיקער פֿרײַדענקער. ווירשובסקי איז געבוירן געוואָרן אין לײַפּציג אין יאָר 1930, און פֿון געבורט אָן איז ער געווען פּאַראַליזירט אויף דער רעכטער האַנט און פֿוס. אין יאָר 1939 איז ער געקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ, זיך געלערנט אין „גימנסיה הרצליה‟, שפּעטער געענדיקט יוריספּרודענץ אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און געוואָרן אַן אַדוואָקאַט.
נאָך לאַנגע יאָרן פֿון טעטיקייט אין דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג איז ער געווען, אין יאָר 1974, צווישן די גרינדערס פֿון דער „שינוי‟ (ענדערונג)־פּאַרטיי, וואָס האָט געפּרעדיקט צו בײַטן די נאָרמעס פֿון דער רעגירונג. „שינוי‟ האָט זיך אויסגעצייכנט מיט איר קאַמף פֿאַרן עקאָנאָמישן ליבעראַליזם (זײ האָבן, למשל, געשטיצט דעם פֿרײַען מאַרק, אַנטקעגן די סאָציאַליסטן פֿון „מערך‟) און פֿאַר וועלטלעכקייט, ד”ה קעגן די רעליגיעזע פּאַרטייען, די חרדים און די מתנחלים. נישט צופֿעליק איז ווירשובסקי געווען אַ יעקע צווישן די „אָסט־יודן״, וואָס זײַנען דעמאָלט געווען דעם רובֿ אין פּאַרלאַמענט. אַ יעקע אין פֿולן זין פֿון וואָרט: אַפֿילו זײַנע שאַרפֿסטע מתנגדים האָבן געדאַרפֿט מודה זײַן אַז ער איז אַ מוסטער פֿון אַ נקי־כּפּימניק, אַזוי אָרנטלעך אַז מע קען אים בשום־אופֿן נישט קאָרומפּירן.
אָבער פֿאַר וואָס שרײַב איך וועגן אים דווקא איצט? װײַל יעדעס יאָר ווען עס דערנענטערט זיך דער חודש תּשרי דערמאָן איך זיך אין אים. נישט געקוקט אױף די צענדליקער יאָרן און געשעענישן וואָס זײַנען פֿאַרביי, שװימען אויף אין מײַן זכּרון אין דער צײַט פֿון יאָר מײַנע קינדעריאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך פֿלעג אים זען יאָר־אײַן יאָר־אויס יום־כּיפּור צײַט, און דווקא אין אונדזער שול.
עס איז געווען דער סוף פֿון די זיבעציקער יאָרן, הינטער בן־יהודה גאַס. דאָרטן, אין „בית הכנסת המרכזי לצפון‟ (די צענטראַלע שול פֿון צפֿון תּל־אָבֿיבֿ), פֿלעג דאַווענען מײַן טאַטע. נישט געקוקט אױפֿן װאָרט „צפֿון״ אין איר נאָמען, איז די שול געװען סײַ ווײַט פֿון צענטער סײַ װײַט פֿון די רײַכע גאַסן פֿון צפֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַ באַהאַלטענע אין אַ זײַטיק געסל, איז די שול געווען שוין דעמאָלט אַ פֿאַרגעסענע און אַ פֿאַרנאַכטלעסיקטע – דער היפּוך פֿון דער נײַער, שיינער שיל „איחוד שיבֿת ציון‟, וואָס שטייט נישט ווײַט, אויף בן־יהודה גאַס. כּמעט אַלע חבֿרים מײַנע, די װײניק פֿרומע קינדער װאָס זענען נאָך פֿאַרבליבן אין תּל־אָבֿיבֿ אין יענע יאָרן, האָבן דאָרט געדאַוונט. אָבער אונדז – מײַן טאַטן און איך – איז געווען גוט צו בלײַבן צווישן די אַלטע מתפּללים אין דער שול פֿון הרבֿ ציוני (אַזוי פֿלעגן מיר עס רופֿן); דאָרטן האָב איך זיך געפֿילט אין דער היים, אַ בן־יחיד. דאָרט האָב איך געקאָנט בלײַבן איינער אַליין, צוזאַמען מיט מײַנע חלומות און פֿאַנטאַזיעס.
און חלומות און פֿאַנטאַזיעס זײַנען טאַקע געווען אַ סך. כאָטש דעמאָלט האָט שוין געהערשט אין שול דער זיסער־פֿאַרפֿוילטער ריח פֿון אַלטקייט, וואָס די אַלטע ווענטילאַטאָרס האָבן מער נישט געקאָנט אַרויסטרײַבן, און נישט געקוקט אויף דער געלבלעכקייט וואס האָט אַלץ געפֿאַרבט: די ווענט, די ספֿרים און אפֿילו די פּרוכת וואָס איז אַמאָל געווען ווײַס – פֿון דעסט וועגן איז געבליבן אין שול איר ברייטקייט און גרויסקייט. אין מײַנע אויגן איז זי געווען נישט װײניקער פּרעכטיק ווי די גרויסע־אַלטע „חורבֿה‟־שול אין ירושלים. אונדזער שול איז געװען, ווי איך אַליין, פֿול מיט סודות: געהיימע צימערן און אַלקערס, טירן און דורכגאַנגען.
אין די לאַנגע שעהען פֿון יום־כּיפּור פֿלעג איך אַרויסגיין אין הויף, מיטן כּיבוד וואָס מײַן מאַמע האָט מיר (אַ קינד וואָס טאָר נישט פֿאַסטן) צוגעגרייט: האָניק־לעקעך און אַ צעשניטענער עפּל. און דעמאָלט, פֿאַר מיטאָג, האָט זיך דערוויזן אין שול מרדכי ווירשובסקי. ער איז געקומען לכּבֿוד „יזכּור‟; ווי אַן אַמתער יעקע האָט ער געוווּסט גענוי די צײַט, און באַלד נאָך „יזכּור‟ איז ער אַוועק. דאָס ערשטע מאָל איז געווען בײַ מיר אַ חידוש, אָבער דאָס איז געשען יעדן יום־כּיפּור, און אין די קומענדיקע יאָרן האָב איך שוין געוואַרט אויף אים: געבויגן אויף זײַן שטעקן, מיט עפּעס אַ שטרענגער, אויב נישט בייזער, מינע אויפֿן פּנים.
„אַפֿילו ער‟, האָבן מיר שפּעטער געזאָגט אין שטוב מיט גרויסהאַלטונג און צופֿרידנקייט, „אפֿילו ווירשובסקי, וואָס איז אַזוי ‘אַנטי’ (דאָס הייסט, אַנטי־רעליגיעז און אַנטי־נאַציאָנאַליסטיש), גייט אין שול יום־כּיפּור – און דערצו האָט ער אויסגעקליבן ‘מכּל השולן’ דווקא אונדזער שול.‟ אַוודאי האָבן מיר אים געזען ווי אַ בלוטיקער שׂונא, אָבער יום־כּיפּור זאָגט מען דאָך: „אנו מתירין להתפּלל עם העבריינים‟, און ער איז נישט ממש קיין פֿאַרברעכער: ער איז דווקא אַן ערלעכער מענטש, כאָטש ער גייט אויף פֿאַלשע וועגן. להיפּוך צו אים און צו די לינקע בכלל, זײַנען מיר טאָלעראַנטן און מכניסי־אורחים, אפֿילו אַ גאַסט ווי ער. דערצו קאָן מען נישט לייקענען אַז ער איז נעבעך אַן אינוואַליד, און אין מײַנע קינדערישע אויגן האָט ער אויך אױסגעזען ווי אַ זקן – כאָטש ער איז נישט געװען מער ווי פֿופֿציק יאָר אַלט.
פֿון דער צװײטער זײַט, געדענק איך אַז שוין דעמאָלט האָב איך זיך געפֿרעגט פֿאַר וואָס קומט ער צו אונדז אין שול. איך האָב אַלײן פֿאַרשטאַנען אַז קיין גרויסער נצחון איז עס נישט געװען װײַל ער איז דאָך געקומען נאָר צוליב „יזכּור‟ און נעלם געוואָרן באַלד נאָך דעם. מסתּמא זײַנען זײַנע עלטערן געווען פֿרום, און ער האָט זיי צוגעזאָגט נאָכזאָגן „קדיש‟ און „יזכּור‟. אָבער מער האָט אים גאָרנישט אינטערעסירט – נישט די רירנדיקע „ונתנה תּוקף‟, און אפֿילו נישט „סדר העבֿודה‟ פֿון מוסף. גאָר נישט: געקומען, באַצאָלט זײַן חובֿ און געגאַנגען.
און פֿאַר וואָס דווקא אין אונדזער שול? דווקא ווײַל זי איז געווען אַזאַ נעבעכדיקע (און אַזױ האָט ער מסתּמא באַטראַכט אַלע רעליגיעזע ייִדן), און דערצו – בײַ אונדז וועט אים קיינער נישט זען ווען ער גנבֿעט זיך אין שול אַרײַן.
מיט די יאָרן האָב איך שוין ווירשובסקין בעסער געקענט: אין יאָר 1987 איז ער אַרײַן אין ר״צ, די אַנטי־רעליגיעזע פּאַרטיי און די לינקסטע צווישן די ציוניסטישע פּאַרטייען. ווירשובסקי איז געווען אַ צווייטער נאָר פֿון שולמית אלוני – די לילית גופֿא אין אונדזערע פֿרומע אויגן. ער האָט געקעמפֿט פֿאַר די פּאַלעסטינער, פֿאַר די האָמאָסעקסואַלן, פֿאַר עפֿענען קינאָס שבת אאַז״וו – אַלץ ווי אויף צו להכעיס. ווירשובסקי איז זייער טעטיק געווען, אָבער קיינמאָל נישט געוואָרן קיין VIP; תּמיד געבליבן אַביסל אין די שאָטנס. קיינער האָט זיך נישט דערוועגט צייכענען אַ קאַריקאַטור פֿון אים, און אפֿשר צוליב זײַן כריפּיקן דײַטשישן אַקצענט איז ער נישט געווען דער פּאָפּולערסטער גאַסט אין טעלעוויזיע.
אַזאַ האַרטער פּאַרשוין איז ווירשובסקי געבליבן אין מײַנע אויגן אפֿילו ווען איך האָב אין גאַנצן געביטן מײַן השקפֿה און שוין געשטימט פֿאַר זײַן פּאַרטיי. ער האָט סימבאָליזירט פֿאַר מיר דער אולטימאַטיווער „חילוני‟ – איך באַנוץ בכּיוון דעם העברעיִשן טערמין ווײַל „חילוני‟ קומט פֿון וואָרט „חולין‟, נישט הייליק. לויט מײַן מיינונג דעמאָלט, איז ווירשובסקי געווען אַ קאַלטבלוטיקער, ווײַט פֿון יעדער הייליקייט, פֿרעמד צו די טײַערע געהויבענע געפֿילן פֿון „ונתנה תּוקף”, למשל. וואָס וואָלט אים אַ שטייגער געשאַט ווען ער וואָלט נאָך אַביסל געבליבן אין שול? צי וואָלט ער נישט הנאה געהאַט פֿון די שיינע ווערטער און מעלאָדיעס? בקיצור, איך האָב געמיינט אַז אַזאַ יעקע קאָן נישט נאַשן פֿון קיין שום גײַסטיקייט.
לעצטנס, ווען איך האָב װידער געטראַכט פֿון אים, און אפֿשר טאַקע צוליב חודש אלול, האָב איך ממש תּשובֿה געטאָן. איצט, ווען איך בין אַליין נישט אַזוי יונג (אייגנטלעך בין איך כּמעט אַזוי אַלט ווי ער, ווען איך האָב אים געטראָפֿן צום ערשטן מאָל), זע איך אים גאָר אַנדערש. נישט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען אַן אינטערוויו מיט ווירשובסקין, וואָס איז דערשינען אין דער צײַטונג „מעריבֿ‟ אין 30.1.1986. און אַזוי דערציילט ער, צווישן אַנדערע: „איך בין קיינמאָל נישט געווען קיין קלאַסישער ‘יעקע’. איך בין געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד, אָבער מײַן מאַמע איז געווען אַ פּוילישע און מײַן טאַטע – אַ רוסישער‟. שפּעטער זאָגט ער: „הערן מוזיק און לייענען ביכער איז פֿאַר מיר אַזוי נייטיק ווי שלאָפֿן. ווען איך וואָלט געדאַרפֿט מוותּר זײַן אויף זיי ביידן, וואָלט איך זיך אין גאַנצן צעקרישלט ווי שטויב… איך האָב ליב די מוזיק פֿון כּמעט אַלע קאָמפּאָזיטאָרן. נאָר דרײַ סאָרטן מוזיק קאָן איך נישט הערן: ציגײַנער מוזיק, חזנות און נאַפּאָליטאַנישע לידער. אַנשטאָט אַ דעליקאַטעס, באַקומט מען נאָר דעם צוקער אַליין‟.
איצט קאָנען מיר פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס ער איז אַנטרונען באַלד נאָך יזכּור: מסתּמא האָבן אונדזערע חזנים אים אויך נישט אױסגעפֿעלט. אָבער אין אָט די ווערטער קאָן מען אויך זען ווי ווײַט איז ער געווען פֿון אַ „חילוני‟ – אַ קײַלעכיקער מאַטעריאַליסט. ווירשובסקי איז טאַקע געווען, ווי מע זאָגט אויף ייִדיש, אַ וועלטלעכער ייִד, אַן אוניווערסאַליסט, אַ חסיד פֿון קונסט, אַ מענטש וואָס איז בכּוח צו געפֿינען הייליקייט אין ליטעראַטור און מוזיק. מיט דעם קאָן איך זיך אָן שום ספֿק אידענטיפֿיצירן. סוף־כּל־סוף האָב איך געזען די ענלעכקייט צווישן זיך און ווירשובסקין: צי גיי איך נישט אויך אין שול בלויז אויף „כּל נדרי‟ אָדער „ונתנה תּוקף‟, און גיי אַוועק באַלד נאָך דעם? איך קום אַרײַן אין שול בגנבֿה, און אפֿשר פֿון דער זײַט קוקט אויף מיר אַ קינד און טראַכט זיך: „אנו מתירין להתפלל עם העבריינים‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.