מע האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז לכּבֿוד די יום־טובֿים וועט מען אין ישׂראל קענען זען דעם וואָרמסער מחזור, אַן אוניקאַלער אילוסטרירטער כּתבֿ־יד פֿון 1272, וואָס די ייִדן אין דער שטאָט וואָרמס האָבן ווײַטער גענוצט אין זייער שיל ביז קרישטאָלנאַכט אין 1938. דער כּתבֿ־יד איז על־פּי־נס געבליבן גאַנץ אַ דאַנק דעם מי פֿון אַ ניט־ייִדישן שטאָט־באַאַמטער, וואָס האָט אַרויסגעגנבֿט דעם מחזור און אים בסוד געבראַכט אינעם וואָרמסער מלוכישן אַרכיוו.
כאָטש מע האָט כּמעט 750 יאָר כּסדר גענוצט דעם מחזור אין וואָרמס, אַ באַרימטע ייִדישע שטאָט אויפֿן רײַן, איז ער לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אין אַן אַנדער שטאָט — וואָרצבורג, וואָס געפֿינט זיך אין בײַערן. די אָרטיקע ייִדן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן דורך דער טרויעריק באַרימטער „רינדפֿלייש־באַוועגונג‟, אין וועלכער אַ ריטער מיטן נאָמען רינדפֿלייש האָט אויפֿגעברויזט אַ המון, וואָס האָט במשך פֿון עטלעכע חדשים אין 1298 אומגעבראַכט אַרום 20,000 ייִדן אין מער ווי 100 שטעט. פּליטים פֿון דער שחיטה האָבן געבראַכט דעם מחזור קיין וואָרמס, וואָס געפֿינט זיך אַן ערך 72 מײַל פֿון וואָרצבורג.
דער וואָרמסער מחזור איז באַקאַנט ניט בלויז פֿאַר זײַנע פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון מיטלעלטער, נאָר אויך, און ובפֿרט, פֿאַר איר ראָלע אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש. דער מחזור פֿאַרמאָגט איין זאַץ אויף מאַמע־לשון, דער סאַמע עלטסטער וואָס איז אונדז פֿאַרבליבן. די 11 ווערטער באַטרעפֿן אַ ברכה פֿאַר די, וואָס טראָגן דעם מחזור אין שיל אַרײַן.
דעם וואָרמסער מחזור וועט מען קענען זען אין דער ישׂראלדיקער מלוכישער ביבליאָטעק אין ירושלים ביזן 4טן נאָוועמבער. טאָמער קען מען זיך אָבער ניט דערלויבן צו פֿאָרן קיין ירושלים, קען מען דורכקוקן דעם כּתבֿ־יד אויף דער אינטערנעץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.