די ישׂראלדיקע טעאַטער־טרופּע „ייִדישפּיל‟ האָט דאָ לעצטנס אויפֿגעפֿירט די פּיעסע „נאָר נאַראָנים זענען טרויעריק‟ דאָ אין וואַרשע. איך בין געזעסן ביזן סוף – הייסט עס, אַז ס’איז געווען נישט שלעכט. נאָר וואָס זשע? „ייִדישפּיל‟ האָט באַוויזן די שוין לאַנג באַקאַנטע שוואַכקײטן פֿון אונדזער ייִדישער בינע.
די לעצטע פּיעסע פֿון דער לאַנג־יאָריקער ייִדישער אַקטריסע אין ניו־יאָרק, צפּורה שפּײַזמאַן, איז געווען „גרינע פֿעלדער‟, אַ פּיעסע וואָס איז שוין געווען אַלט ווען זי איז געווען יונג. צום באַדויערן האָט מען אינעם ייִדישן טעאַטער אַזוי מורא פֿאַר נײַע ייִדישע פּיעסעס ווי איך האָב מורא פֿאַר דענטיסטן.
„נאָר נאַראָנים זענען טרויעריק‟ איז אפֿשר א נײַע פּיעסע אינעם רעפּערטואַר פֿון „ייִדישפּיל‟ אָבער געשטעלט האָט מען זי שוין מיט פֿופֿציק יאָר צוריק אויף דער העברעיִשער בינע.
מיט פֿופֿציק יאָר צוריק איז די פּיעסע טאַקע געווען אַ שטיקל חידוש. ס’טײַטש, די אַקטיאָרן און אַקטריסעס דערציילן חסידישע מעשׂיות טראָגנדיק דזשינס. מע האָט דעמאָלט אויך פֿאָרגעשטעלט שעקספּיר און סאָפֿאָקלעס אין דזשינס. אַ חידוש אין יענע יאָרן. די צרה מיט חידושים איז אַז זיי ווערן זייער שנעל אויס חידוש. צום באַדויערן זעען מיר, ייִדן „אין די יאָרן‟, נישט אויס אַזוי גוט אין די שמאָלע דזשינס וואָס מיר האָבן געטראָגן אין דער יוגנט, און „ייִדישפּיל‟ איז נישט קיין אויסנאַם.
אָבער מילא די הויזן. בײַ מיר איז די שפּראַך געווען נאָך אַ גרעסערער שטער. אפֿשר קען מען זאָגן „אַל תּדאג‟ אַז מען רעדט העברעיִש, אָדער „דאָנ’ט וואָרי‟ אַז מען רעדט ענגליש, אָבער אויף ייִדיש קען מען נישט זאָגן „זאָרג נישט‟. מע דאַף ניצן דעם רעפֿלעקסיוו - זאָרג זיך נישט.
נאָך אַ פּראָבלעם וואָס פּלאָגט דעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. די אַקטיאָרן זענען נישט אַלעמאָל מקפּיד אויף דער אַשכּנזישער הבֿרה ווען עס קומט צו די לשון־קודשדיקע ווערטער. איך פֿאַרשטיי אַז זיי איז שווער צו רעדן אַזאַ וואָרט אַרויס אַנדערש אויף ייִדיש װי אויף עבֿרית. ס’איז אָבער דאָ אַ גרויסער חילוק צווישן דעם אַשכּנזישן אַרויסרײד און דעם ספֿרדישן, ווי מען רעדט עס הײַנט אַרויס אין ישׂראל. דאָ פּראָביר איך צו זײַן נישט נאָר „נאה דורש‟ נאָר אויך „נאה מקיים‟. לעצטנס האָב איך אַלײן דעקלאַמירט אַ פֿראַגמענט פֿון באַשעוויסעס „מעשׂה טישעוויץ‟ און האָב טאַקע מקפּיד געווען נישט צו זאָגן „יעצער האַראַ‟, ווי אויף העברעיִש, נאָר „יייצער האָרע‟ ווי מע רעדט דאָס אַרויס אויף ייִדיש.
דער אשכּנזישער אַרויסרײד איז אַ פּראָבלעם פֿאַר אַלע תּלמידים פֿון ייִדיש בכלל און פֿאַר די אַקטיאָרן פֿון „ייִדישפּיל‟ בפֿרט. אַז איך האָב נישט קיין טעות, לערנט מען הײַנט אין ערגעץ נישט קיין עבֿרית אַשכּנזית. ס’איז אַ שאָד. אַז מען רעדט אַרויס לשון־קודשדיקע ווערטער אויף ייִדיש מיט אַ ספֿרדישער הבֿרה קלינגט עס פֿרעמד.
למה הדבֿר דומה? אַ סך ווערטער אויף ענגליש שטאַמען פֿון פֿראַנצייזיש. „דעטרואַ‟, למשל, מיינט דורכגאָס און אַזוי האָט אַ מאָל געהײסן אַ פֿראַנצייזישער ייִשובֿ אין אַמעריקע. אָבער ווען איר ווילט קויפֿן אַ פֿלי־בילעט צו דער שטאָט מוזט איר דעם נאָמען פֿון דער שטאָט אַרויסרעדן לויטן אַמעריקאַנער נוסח - דעטרויט. קיינער אין דעטרויט ווייסט נישט וואָס איז אַזוינס „דעטרואַ‟.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו אונדזער ייִדיש. דער ישׂראלדיקער מחבר אהרון מגד האָט אַ מאָל געשריבן אַן אַרטיקל, „משפּחה ומישפּוכע‟. מגד גיט אונדז צו פֿאַרשטיין אַז װאָס שייך דעם וואָרט אין העברעיִש: נישט בלויז קלינגט עס אַנדערש, נאָר עס האָט בכלל אַן אַנדער טעם װי אויף ייִדיש. אַז מע רעדט עס אַרויס „מישפּאַכאַ‟, קלינגט עס תּנ”כיש־מאַיעסטעטיש, בשעת אויף לשון אשכּנז קלינגט עס היימיש און נאָענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.