וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע לײַט, אַז ס’איז באַשערט גליק האָט עס מיך געטראָפֿן די וואָך פֿונעם 28סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער.
כ’בין שוין אויסגעווען צענדליקער ייִדיש־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, אָבער דער טאָראָנטער ייִדיש־פֿעסטיוואַל פֿאַרדינט זיך אַ גאָלדענעם מעדאַל. קרובֿ צו 30,000 מענטשן האָבן זיך באַוויזן, אַרײַנגערעכנט אַ צענדליק ייִדיש־רעדנדיקע קינדערלעך.
די פּראָגראַם איז באַשטאַנען פֿון 80 פֿאַרשיידענע פֿאָרשטעלונגען. עס האָבן אָנטייל גענומען אַזש 250 אַרטיסטן, זינגער און טענצער; מער ווי 50 אַקטיאָרן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, איטאַליע, ישׂראל, דרום־אַמעריקע, אויסטראַליע און אינדיע. מע האָט דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן, קונסט־אויסשטעלונגען און רעפֿעראַטן. פֿון דער פֿרי ביז אויפֿדערנאַכט האָט זיך גערוכעוועט אין אשכּנז. ייִדן און אַפֿילו נישט־ייִדן, אַלע האָבן דערשפּירט דעם טעם פֿון דער אשכּנזישער קולטור.
די ייִדישע קינדערלעך האָבן זיך מחיה געווען צוהערנדיק זיך ווי אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן לייענט פֿאָר איבערזעצונגען אויף ייִדיש פֿון ד”ר סוס, „די הויזן מיט קיינעם נישט אין זיי‟; רודיאַרד קיפּלינגס „דער וואַלפֿיש און דאָס קליין, פּיצעלע פֿישעלע‟, „די וואָלענע ייִדן‟ פֿון שיקע דריז און אַלץ אויף ייִדיש, מיט פּרעכטיקע בילדער, ביז איין מיידעלע האָט אויסגעשריגן אויף ייִדיש:
„אוי ווי פּרעכטיק!‟
צוויי פֿון די מיידעלעך האָבן געהערט צו מײַנעם אַ געװעזענעם סטודענט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, ד”ר קלמן ווײַזער, וועלכער איז הײַנט צו טאָג אַ פּראָפֿעסאָר אין יאָרק אוניווערסיטעט וווּ ער לערנט ייִדישע געשיכטע. אַ חוץ דעם האָב איך דאָ באַגעגנט אַ טייל פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם אין אָקספֿאָרד און פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון ווילנע, חבֿרה פֿון אויסטראַליע און ענגלאַנד.
עס האָבן אָנטייל גענומען באַקאַנטע ייִדישע מוזיקער ווי פֿרענק לאַנדאָן אן עלינאַר ריסאַ; אַן איטאַליענישער ייִד, ענריקאָ פֿינק, וואָס האָט געזונגען „חד גדיא‟ אין אָריגינעלן פֿאַרצײַטיקן, רוימיש־ייִדישן דיאַלעקט; און מוזיקער פֿון רוסלאַנד וואָס רופֿן זיך „דאָבראַנאָטש‟. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, איך בין געווען גליקלעך, סײַ ווי אַ בײַוווינערין און סײַ ווי אַ טייל פֿון די אַנטיילנעמער.
דער אַשכּנז פֿעסטיוואַל איז געווען גאָלע רחבֿות, די פֿאָרשטעלונגען זײַנען פֿאָרגעקומען אויף פֿאַרשיידענע בינעס און אויף יעדער איינער פֿון זיי – אַן אויפֿטריט. און צו מײַן גרויסער איבערראַשונג האָב איך זיך דערוווּסט אַז דער פֿעסטיװאַל װערט אויסגעהאַלטן דורך דער טאָראָנטער מוניציפּאַליטעט, קאַנאַדער פֿונדאַציעס און יחידים. כּמעט אַלץ איז געווען פֿילמירט, צו פּרעזערווירן אויף להבא. עס קומט דעם אַשכּנז ייִדיש־פֿעסטיוואַל אַ ריזיקער יישר־כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.