בײַ ס’רובֿ מענטשן איז דאָס פּלאַנירן אַ װאַקאַציע ממש אַ פֿאַרגעניגן. מע זעצט זיך אַוועק אין אַ באַקוועמען פֿאָטעל און מע לאָזט דעם מוח פֿאַרקריכן וווּהין ער וויל נאָר: מע פֿאַרמאַכט די אויגן און מע געפֿינט זיך אויסגעשטרעקט אויף אַ שעז־לאָנג ערגעץ אויף אַ פּלאַזשע וווּ דאָס זאַמד איז ווײַס ווי צוקער און ווייך ווי וואַטע אונטער די פֿיס: איבערן קאָפּ שפּרייט זיך אויס אַ הימל בלוי ווי די שאָל פֿון אַ רויטהעלדזלס אייעלע. אַלע מוסקלען שפּאַנען זיך אָפּ און די אויגן־לעדלעך ווערן שווערער און שווערער ביז מע פֿאַלט אַרײַן אינעם מחיהדיקן אָרט צווישן שלאָף און וואַך וווּ אַלץ איז מעגלעך.
מסתּמא גיבן מײַנע לייענערס יעצט אויך אַ זיסן זיפֿץ און שאָקלען צו מיטן קאָפּ: אַאַאַ, הלוואַי!! נישט צו דאַרפֿן הערן דעם בעל־הביתעס טענות, דאָס געוױין פֿון די קינדערלעך, דעם גערודער פֿון משׂא־אויטאָס… קיינער פֿאַרלאַנגט פֿון אײַך גאָרנישט. דאָס הייסט חי געלעבט, געלעבט ווי ג־ט אין אָדעס!!
איך בין אָבער אַנדערש: אַזאַ װאַקאַציע הייסט בײַ מיר אַ גיהנום. איך דערמאָן זיך יעצט ווי דער מאַן מײַנער, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, האָט מיר געוואָלט מאַכן אַ סורפּריז לכּבֿוד מײַן געבוירן־טאָג אָדער אַן אַנדער יובֿל און געקויפֿט צוויי בילעטן קיין האַוואַיִיִ ווײַל אַ חבֿר זײַנער האָט אים אַ מאָל געזאָגט אַז מאַויִ איז דאָס שענסטע אָרט אין דער גאַנצער וועלט און זייער, זייער ראָמאַנטיש.
מײַן מאַנס פּנים האָט געשטראַלט ווי טויזנט זונען ווען ער האָט מיר דערלאַנגט דעם שיינעם קאָנווערט מיט אַ שלייף צוגעקלעפּט פֿון אויבן. ער האָט זיך קוים געקענט אײַנהאַלטן ביז איך וועל אים עפֿענטן, אַזוי שטאַרק האָט ער געוואָלט זען ווי איך פֿריי זיך מיט דער טײַערער מתּנה. ווי לאַנג כ’האָב נישט געוווּסט וואָס געפֿינט זיך אין קאָנווערט, האָב איך געשמייכלט אַן אויפֿגעהײַטערטע. פֿאַר וואָס נישט? אַ לאַנגער ווײַסער קאָנווערט קען דאָך מײנען אַז אינעווייניק ליגט אַ גרויסער טשעק אָדער אַ מתּנה־קאַרטל צו אַ טײַערן געשעפֿט. מיט אַלע כּוחות האָב איך געפּרוּווט אָנהאַלטן דעם שמייכל אָבער די פֿרייד האָט זיך אין גאַנצן אויסגעװעפּט ווען כ’האָב געעפֿנט דעם קאָנווערט און דערזען צוויי בילעטן קיין האַוואַיִיִ. כ’האָב נישט געוואָלט מײַן מאַן זאָל האָבן עגמת־נפֿש, זענען מיר געפֿאָרן. ער – צופֿרידן ווײַל ער האָט מיר געקויפֿט אַזאַ טײַערע מתּנה און איך – אין גאַנצן אָן חשק.
דעם ריינעם אמת געזאָגט איז דאָס בײַ מיר געווען איינע פֿון די ערגסטע וואַקאַציעס. יעדער טאָג האָט זיך געצויגן װי אַ יאָר. די שטראַלן פֿון דער שטאַרקער זון האָבן זיך אָפּגעשלאָגן אינעם אָקעאַן און זענען אַפֿילו נאָך אינטענסיווער געוואָרן. איך ווײַך די זון ווי אַ מגפֿה, און האָב זי פֿײַנט ווי סם. כ’האָב נישט מיטגעברענגט מיט זיך קיין שווימקאָסטיום ווײַל איך בין נישט קיין ליבהאָבער פֿון שווימען.
ווען מיר זענען אַרויס פֿון האָטעל־צימער און זיך אַוועקגעזעצט אויף די שעז־לאַנגען אונטער אַ גרויסן שירעם – ווי ווײַט מעגלעך פֿונעם װאַסער – האָב איך געפּרוּווט צודעקן יעדן צאָל הויט כּדי זיך צו באַהיטן פֿון דער פֿײַערדיקער זון. כ’האָב געטראָגן גרויסע זונברילן און אַ ברײטן שטרויענעם הוט און באַטראַכט פֿאַר משוגעים די הונדערטער קינדער און זייערע עלטערן וואָס שפּרינגען אַרײַן און אַרויס פֿון וואַסער יעדע צוויי מינוט און לאַכן און וויינען און עסן און לויפֿן אַרום אויף דער פּלאַזשע. צו מיר האָט דאָס אַלץ אויסגעזען ווי דאַנטעס אינפֿערנאָ. אויפֿן שעז־לאָנג בין איך אַזוי לאַנג געזעסן אײַנגעקאָרטשעט אין זיך – ווי אַ ספּרונזשינע - אַז כ’האָב באַקומען אַ מיגרענע. כ’האָב אויסגעהאַלטן ווי לאַנג כ’האָב נאָר געקענט און סוף־כּל־סוף געזאָגט דעם מאַן אַז איך קען שוין מער נישט לײַדן; איך מוז עפּעס אײַננעמען קעגן קאָפּווייטיק און ס’וועט מיר בעסער זײַן אינעווייניק.
„וואָס רעדסטו?“ האָט דער מאַן מיך געפֿרעגט. „ביסט געקומען טויזנטער מײַלן צו זיצן אין האָטעל־צימער?“
כ’האָב אים נישט געענטפֿערט, נאָר אים אָנגעקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן. פֿאַר וואָס האָט ער נישט געקענט פֿאַרשטיין אַז אַ פּלאַזשע, ספּעציעל אַזאַ פּלאַזשע, האָט צו פֿיל זאַמד? מײַלן און מײַלן זאַמד. ווי מע קוקט – אַ בלענדעניש פֿון זאַמד.
און כאָטש איך בין כּמעט די גאַנצע צײַט געזעסן אײַנגעקאָרקטשעט אין זיך אויפֿן שעז־לאָנג און אונטער אַ גרויסן שירעם האָט עס געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, ווײַל דער זאַמד איז מיר סײַ ווי סײַ אַרײַנגעקראָכן אין יעדן ווינקל און שפּאַרע פֿון גוף. ווי אַזוי איז זאַמד אַרײַן אין די אויערן? אונטער די נעגל? כ’האָב נישט געפֿילט ס’זאָל בלאָזן דאָס מינדסט ווינטל און איך האָב געפֿונען זאַמד אַפֿילו אין די ברעמען און אין דער נאָז. כ’האָב בכלל נישט געהאַט אויסגעטאָן די שיך און דאָך האָב איך דערפֿילט גלאָזפּאַפּיר צווישן די פֿיספֿינגער.
ווען כ’האָב אויסגעטאָן די שיך אין צימער כּדי אָפּצושווענקען דאָס זאַמד פֿון די פֿיס האָב איך דערזען קליינע רויטע פּינטעלעך אויף די קנעכלען וואָס ‘סוויענדזשען’, אַזאַ געפֿיל צווישן בײַסן און ווייטיק. אַנשטאָט צו פֿילן בעסער נאָכן גוט אָנקראַצן זיי האָבן די פּרישטשיקלעך גענומען בלוטיקן. דער מאַן איז מיר נאָכגעגאַנגען אין צימער אַרײַן און האָט באַלד אויך אַראָפּגעריסן פֿון זיך זײַנע סקאַרפּעטן און געזאָגט: „יאָ, ס’האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך פֿיל עפּעס, אָבער כ’האָב געפּרוּווט זיך מאַכן נישט־וויסנדיק ווײַל דו לאַכסט שטענדיק אָפּ פֿון מיר אַז איך רעד זיך אײַן אַ קינד אין בויך. זעסט, ס’איז טאַקע עפּעס דער מער – כ’האָב אין דער צײַטונג געלייענט וועגן דעם! מיר האָבן וואַנצן אין די מאַטראַצן!! אוי, איך לויף באַלד ברענגען דעם פֿאַרוואַלטער פֿונעם האָטעל.‟
דער קאָפּ האָט זיך מיר שיִער נישט געשפּאַלטן פֿון דער מיגרענע, האָב איך זיך נישט געקענט צו גיך באַוועגן ווײַל כ’האָב שוין געהאַט אײַנגענומען צוויי שטאַרקע קאָדעיִן־טאַבלעטן וואָס איך האָב זיי געהאַט אַוועקגעלייגט ספּעציעל אויף אַזאַ צײַט. כ’האָב אָבער זיך כאָטש געוואָלט אײַנווייקן די פֿיס און אָפּווישן דאָס בלוט פֿון די צעקראַצטע פּרישטשאַקעס אויף די קנעכלען איידער זיך אַוועקלייגן אין בעט, אָבער כ’האָב פֿאַרגעסן אַז אינעם וואַשצימער איז נישטאָ קיין וואַנע. פֿאַר וואָס האָב איך דאָס פֿריִער נישט באַמערקט? כ’בין געשטאַנען ווי פֿאַרשטיינערט און נישט געקענט גלײבן אַז קיין וואַנע איז נישטאָ. יאָ, די פֿריִערדיקע טעג האָב איך זיך געמאַכט אַ שפּריץ און ס’האָט מיר נישט אויסגעפֿעלט די וואַנע אָבער וואָס טו איך יעצט? נו, אַן אָפּגאָס איז יאָ דאָ, קען איך זיך שוין אַן עצה געבן. כ’האָב געהאַלטן אַז איך בין זייער פֿלינק, האָב איך זיך אָנגעשפּאַרט אין דער וואַנט, אויפֿגעהויבן אַ פֿוס און מיט זהירות אים אַרײַנגעלייגט אין אָפּגאָס. „זייער גוט!‟ האָב איך זיך אַליין גראַטולירט. ס’האָט זיך, װײַזט אויס, טאַקע געלוינט זיך אויפֿצוּוועקן פֿרי דרײַ מאָל אַ וואָך די לעצטע פּאָר חדשים צו גיין אין ספּאָרטקלוב. און כ’האָב טאַקע באַוויזן אָפּצוּוואַשן דאָס זאַמד און בלוט פֿון אײן פֿוס.
דווקא אין דעם מאָמענט הער איך אַז דער מאַן מיטן פֿאַרוואַלטער און נאָך עמעצער, מסתּמא אַ קאַמערדינסט, קומען אַרײַן. ס’איז נאָך גוט וואָס די טיר פֿונעם וואַשצימער איז געווען צוגעמאַכט און קיינער האָט נישט געזען ווי איך שטיי אויף די שפּיץ פֿינגער פֿונעם רעכטן פֿוס און האַלט דעם אַנדערן אין אָפּגאָס און קען בשום־אופֿן אים נישט אַרויסנעמען. ווי לאַנג װעל איך אָבער אַזוי קענען שטיין?
„ס’איז נישט מעגלעך אַז נאָר די בעטן אין אייער צימער זאָלן זײַן פֿאַרפּעסטיקט מיט וואַנצן,‟ זאָגט דער פֿאַרוואַלטער מײַן מאַן. „קיין אַנדערע געסט אין האָטעל האָבן זיך נישט באַקלאָגט אויף דעם.‟ און ער הייסט דעם קאַמעריונג אַראָפּרײַסן די לײַלעכער פֿון די בעטן און גוט באַזוכן די מאַטראַצן.
„קוקט גוט אין די ווינקלען צופֿוסנס. איך האָב געלייענט אַז דאָרטן באַהאַלטן זיך די וואַנצן. זיי האָבן אונדז נאָר געביסן אין די קנעכלען.“
„מע האָט אײַך נאָר געביסן אין די קנעכלען?“ האָט דער פֿאַרוואַלטער געפֿרעגט, און דערווײַל זיך אומגעקערט צו אַ בעט אָן אַ לײַלעך, זיך אײַנגעבויגן און אַ טיפֿן שמעק געטאָן דעם מאַטראַץ. דערנאָך האָט ער זיך אַ קער געטאָן צוריק צו מײַן מאַן און געזאָגט: ”איר קענט זיכער זײַן, אַז דאָ געפֿינען זיך נישט קיין וואַנצן.“
„ווי קענט איר זײַן זיכער? אפֿשר האָבן זיי זיך באַהאַלטן אין די נעט ווען מע האָט אויפֿגעדעקט דעם מאַטראַץ?“
„ניין, איך האָב אַ גוטן שמעק געטאָן.“
„וואָס רעדט איר גאָר וועגן שמעקן? איך רעד דען וועגן אַ ריח? איך רעד וועגן וואַנצן. די קליינע, קוים דערזעעװדיקע, קריכנדיקע, עקלדיקע אינסעקטן וואָס קענען אַ מענטשן כּמעט אויפֿעסן לעבעדיקערהייט.“ מיט יעדן אַדיעקטיוו איז דעם מאַנס קול העכער געוואָרן ביז ער האָט שיִער נישט געקװיטשעט.
„באַרויִקט אײַך. ס’איז גוט באַקאַנט בײַ אַלע האָטעל־פֿאַרוואַלטערס, אַז וואַנצן לאָזן פֿון זיך דעם ריח פֿון מאַלינעס. אין איך שמעק נישט קיין מאַלינעס אויף אײַערע מאַטראַצן.“
„אָבער גיט נאָר אָ קוק!“ האָט מײַן מאַן געזאָגט, זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ בעט און אים געוויזן זײַן קנעכל מיט די קליינע פּרישטשיקלעך.
„אַהאַ!“ האָט דער פֿאַרוואַלטער געזאָגט מיט גרויס זיכערקייט און שטאָלץ ווי ער וואָלט געווען הערקיול פּואַראָ, אַגאַטע קריסטיס באַרימטער דעטעקטיוו: „נישט אַזוי זעען אויס די ביסן פֿון וואַנצן. זאַמדפֿלייען האָבן אײַך געביסן. זיכער זאַמדפֿלייען. זיי זענען אומעטום אין זאַמד, נישט אין האָטעל. מיר זענען אין דעם נישט שולדיק! זײַט געזונט!“ און ער איז גלײַך אַרויס.
ווי אינטערעסאַנט דער שמועס איז נישט געווען מוזט איר געדענקען, אַז איך שטיי נאָך אין וואַשצימער אויף די שפּיץ פֿינגער פֿונעם רעכטן פֿוס און דער לינקער פֿוס איז מיר אין אָפּגאָס. כּדי נישט אומצופֿאַלן אויף די פּאָרצעלײַענע קאַכלעס פֿון דער פּאָדלאָגע האָב איך זיך אָנגעשפּאַרט אין דער וואַנט. איך שטיי שוין אַזוי כאָטש צוואָנציק מינוט. איז נישט נאָר זענען בײדע פֿיס מיר אַנטשלאָפֿן געוואָרן, נאָר דער רעכטער אַקסל מיט וועלכן איך שפּאַר זיך אָן טוט מיר שוין אויך וויי. װי נאָר איך האָב דערהערט דאָס צוקלאַפּן פֿון דער טיר האָב איך געגעבן אַזאַ קוויטש אַז מ’וואָלט געמיינט מ’שעכט דאָ אַ בהמה.
דער מאַן איז גלײַך אַרײַנגעלאָפֿן אין וואַשצימער און איך האָב זיך געלאָזט אויף אים אַ פֿאַל טאָן ווי כ’וואָלט געווען אַ זאַק קאַרטאָפֿל. ער איז אויך געפֿאַלן צוריקצוּוועגס אויף דער טיר פֿונעם שפּריץ און מיר האָבן ביידע זיך אויסגעגליטשט און געפֿאַלן אויף דער פּאָדלאָגע. איך האָב געמוזט אַזוי ליגן עטלעכע מינוט ביז כ’האָב געקענט ווידער פֿילן די פֿיס.
„וואָס האָט דאָ פּאַסירט?“ האָט ער געוואָלט וויסן. איך האָב נישט געוווּסט ווי אָנצוהייבן. „גיי גלײַך אין אַפּטייק און קויף עפּעס אַ רפֿואה פֿאַרן בײַסעניש,‟ האָב איך אים באַפֿוילן. איז ער געלאָפֿן קויפֿן די אַלטע רפֿואה – ,,קאַלאַמײַן לאָשן.“ נאָך דעם וואָס מיר האָבן זיך ביידע גוט באַשמירט מיט דער ראָזעווער פֿליסיקייט האָט ער מיך אָנגעהויבן צו יאָגן. ,,קום, קום! טו זיך גיך אָן. מיר קענען נאָך עפּעס אַרײַנכאַפּן, נאָך עפּעס זען הײַנט.“ דער קאָפּ האָט מיר אָבער נאָך אַלץ שטאַרק װײ געטאָן. ווײַזט אויס אַז דער כּוח פֿון די קאָדאַיִן־טאַבלעטן האָט אין משך פֿון אַ יאָר זיך שוין געהאַט אויסגעוועפּט. כ’האָב זיך דערפֿילט אַ פֿאַרשאָלטענע ווײַל אַפֿילו אין בעט האָב איך נישט געהאַט קיין מנוהה. טאָג און נאַכט האָב איך געהערט פֿון ערגעץ אַ קלאַפּן און קנאַלן און קנאַקן. פּונקט מײַן מזל: דאָס איז געװען נאָך ערגער ווי דאָס געפּילדער פֿון די קינדער אויף דער פּלאַזשע. ווען דער מאַן שלאָפֿט אײַן קען מען אים אַרויסטראָגן מיטן בעט צוזאַמען, אָבער בײַ מיר איז דער טומל געווען אַ רעשטל צו די צרות. כ’האָב געבעטן בײַם מאַן, ער זאָל גײן זען וואָס גייט דאָ אָן. ער האָט אַפֿילו נישט געוווּסט פֿון וואָס איך רעד, אָבער מיר צוליב האָט ער זיך נאָכגעפֿרעגט. קומט אויס אַז אין דעם האָטעל שטייען אײַן די סטואַרדקעס פֿון די פֿאַרשיידענע פֿליִען, קומען זײ און גײען במשך פֿון אַ גאַנצן מעת־לעת.
צוויי טעג בין איך געלעגן אין בעט מיט קאַלטע וואַשטיכלעך איבער די אויגן און אויער־פּראָפּערלעך אין די אויערן וואָס האָבן געהאַלטן אין אײן אַרויספֿאַלן, יעדעס מאָל װאָס כ’האָב זיך געגעבן אַ דרײ. מײַן מאַן איז געווען אַ גוטער סאַניטאַר, מיר געביטן די טיכלעך און מיך געקאָרמעט. אים האָט עס נישט געאַרט. אין צווישנצײַט האָט ער זיך פֿאַרווײַלט מיטן קוקן ספּאָרטמאַטשן אויף טעלעוויזיע וואָס איז סײַ־ווי־סײַ זײַן באַליבטסער צײַטפֿאַרטרײַב אין דער היים. אים איז מאַויִ אָנגעגאַנגען ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. די גאַנצע וואַקאַציע איז געווען נאָר פֿאַר מײַנעטוועגן, מיך צופֿרידנצושטעלן. אַנשטאָט זיך פֿרייען האָב איך זיך געפֿילט פֿאַרשאָלטן. דאָס שטיקל ברויט איז געפֿאַלן מיטן פּוטער אַראָפּ.
דעם לעצטן טאָג, ווען ס’איז מיר שוין געװען אַ ביסל בעסער, האָט דער מאַן פֿאָרגעלייגט מיר זאָלן גיין באַזוכן אַ פֿאַרעם וווּ עס וואַקסן אַנאַנאַסן. פֿון דעם וואָלט איך מסתּמא יאָ הנאה געהאַט, אָבער דאָס איז שוין געווען אונדזער לעצטער טאָג אין האַוואַיִיִ. און דער מאַן, אַ יעקע, האָט זיך פֿעסטגעשטעלט, אַז מיר מוזן זײַן אויפֿן פֿליפֿעלד מיט פֿיר שעה פֿריִער. צו מיר איז דאָס זײַן אויפֿן פֿליפֿעלד אַפֿילו דרײַ שעה פֿריִער ווי דער עראָפּלאַן פֿליט אָפּ אַ נאַרישקייט. מע זיצט ווי אַ ליימענער גולם, מע לייענט ראָמאַנען אָדער מע גייט אײַנקויפֿן אין די צו טײַערע קראָמען און מע גיט אויס אַ סך געלט קויפֿנדיק נאַרישע שמאָנצעס וואָס אַפֿילו די קינדער פֿאַר וועמען מע האָט זיי געקויפֿט וואַרפֿן זיי אַוועק. נו, איז אַוודאי דרײַ שעה גענוג. אָבער כ’האָב נישט געהאַט קיין כּוח זיך צו שפּאַרן מיט אים.
פֿליִענדיק אַהיים, בשעת דער זײער לאַנגער רײַזע, האָבן מיר ווייניק גערעדט. איין זאַך געדענק איך יאָ. אין מיטן דער נאַכט האָט ער סתּם אויסגעשאָסן: ,,האָסט געהערט? נישט קיין וואַנצן, נאָר זאַמדפֿלייען האָבן אונדז געביסן! און מאַויִ איז בכלל נישט געווען זייער ראָמאַנטיש.“
כ’האָכ געהאַט אין זינען אַז אפֿשר וועלן מיר נאָך אַ מאָל פֿאָרן קיין מעקסיקע אָדער קאָסטע־ריקע און זען ווי די אַנאַנאַסן וואַקסן דאָרט, אָבער צום באַדויערן האָבן מיר דאָס קײן מאָל נישט באַוויזן ווײַל יעדעס מאָל האָב איך זיך דערמאָנט אַז אין מעקסיקע און קאָסטע־ריקע איז אויך דאָ אַ סך זאַמד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.