הינטער די דיגיטאַלישע קוליסן פֿון װאַרשעװער „פּולין‟־מוזײ

Behind the Digital Facade of Warsaw's Polin Museum

Academic Studies Press/Polin Museum of the History of Polish Jews

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 14, 2018.

אין דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿאַרנעמט דער ייִדישער מוזײ אַ חשובֿ אָרט צװישן אַנדערע אינסטיטוציעס. דאָס איז אַ נײַער מין מוזײ, ניט אַ „קונסטקאַמער‟ װוּ מען זעט פּרעכטיקע חפֿצים װי מנורות, ספֿרי־תּורה, מזוזה־קעסטלעך וכדומה. דאָס איז אַ מוזײ װי „פּולין‟ אין װאַרשע אָדער די ייִדישע מוזײען אין בערלין און מאָסקװע, װוּ מען װערט אַרײַנגעצױגן אין דעם דיגיטאַלישן שטראָם פֿון אימאַזשן און קלאַנגען. דער באַזוכער גײט אַדורך דעם גאַנצן װעג פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּױלן, דײַטשלאַנד אָדער רוסלאַנד. יעדע גאַלעריע װערט געשאַפֿן דורך אַ חבֿרותא פֿון היסטאָריקער און דיזײַנער, און רעפּרעזענטירט אַ געװיסע תּקופֿה דורך פֿאָרזיכטיק אױסגעקליבענע װיזועלע, טעקסטועלע און אַודיאָ־מיטלען.

דער באַזוכער זעט בלױז דעם דיגיטאַלישן פֿאַסאַד פֿון דער צוגעגרײטער אױסשטעלונג. אָבער װאָס קומט פֿאָר הינטער די קוליסן? װי אַזױ גרײט מען צו די דאָזיקע אױסשטעלונגען? דער היסטאָרישער הינטערגרונט פֿון אַזוינע אױסשטעלונגען װערט באַהאַנדלט אינעם נײַעם זאַמלבוך „נײַע ריכטונגען אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין פּױלישע לענדער‟, װאָס איז כּולל רעפֿעראַטן אױף דער קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דער עפֿענונג פֿון דער הױפּט־אױסשטעלונג אינעם װאַרשעװער „פּולין‟־מוזײ. דער באַנד באַשטײט פֿון צװײ טײלן: דעם מעטאָדאָלאָגישן און דעם היסטאָריאָגראַפֿישן. לכתּחילה דערקלערן די קוראַטאָרן פֿון פֿאַרשידענע היסטאָרישע אָפּטײלן זײער צוגאַנג צו דעם אָפּקלײַב און דערנאָך קומען קריטישע באַמערקונגען פֿון זײערע קאָלעגעס. אינעם צװײטן טײל רעדט מען אַרום ספּעציפֿישע פּראָבלעמאַטישע ענינים פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין פּױלן זינט דעם מיטלאַלטער ביזן הײַנטיקן טאָג.

די ברײטע פֿראַגע, װאָס די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם „פּולין‟־מוזײ האָט געשטעלט פֿאַר אַלע קוראַטאָרן איז אַזאַ: „װאָס איז ‘פּױליש’ מכּח די פּױלישע ייִדן?‟ די דאָזיקע פֿראַגע לאָזט זיך פֿאַרשטײן צװײטײַטשיק. פֿון אײן זײַט, איז דאָס די פֿראַגע װעגן די אײנגאַרטיק פּױלישע אַספּעקטן פֿונעם פּױלישן ייִדנטום; פֿון דער אַנדערער זײַט מײנט עס, אַז ייִדן זײַנען ניט װײניקער „פּױליש‟ אײדער אַנדערע פּאָליאַקן. הײסט עס, אַז דער מוזײ האָט אַ שליחות צו פֿאַרברײטערן דעם עצם באַגריף פֿון פּױלישקײט. אַזאַ מין טאָפּלטע פֿראַגע־שטעלונג האָט אין זינען צװײ פֿאַרשידענע מינים באַזוכער: ייִדן, לרובֿ טוריסטן, װאָס קומען קײן פּױלן צו זוכן שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, און אָרטיקע פּאָליאַקן, װאָס װילן זיך באַקענען מיטן ייִדישן עבֿר פֿון זײער אײגענעם לאַנד.

„פּולין‟ איז אַ מאַטעריעלע פֿאַרקערפּערונג פֿון דעם רושמדיקן פּראָגרעס אין דער פּױליש־ייִדישער געשיכטע במשך פֿון די לעצטע פֿערציק יאָר, בפֿרט זינט דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים. דאָס איז אַ בשותּפֿותדיקער אױפֿטו צװישן צפֿון־אַמעריקאַנער, פּױלישע און ישׂראלדיקע פֿאָרשער. נאַטירלעך האָבן זײ אַלע פֿאַרשידענע קוקװינקלען און פֿאָרשערישע אינטערעסן. דװקא די דאָזיקע פּראָדוקטיװע מיטאַרבעט צװישן אָט די דרײַ בראַנזשעס פֿון ייִדישער װיסנשאַפֿט האָט דערמעגלעכט צו שאַפֿן אַזאַ שײנעם מוזײ. די אַרטיקלען אינעם באַנד לאָזן בעסער פֿאַרשטײן ניט נאָר די השׂגות און דעם געדאַנקענגאַנג פֿון די קוראַטאָרן, אָבער אױך קריטישע אַרגומענטן פֿון זײערע קאָלעגעס.

די אַקאַדעמישע װיכּוחים, װאָס מען פֿירט אַרום דעם „פּולין‟־מוזײ, באַרירן גאַנץ ספּעציעלע ענינים, אָבער דאָ קען מען באַמערקן אַלגעמײנע חילוקי־דעות. די אָפּטײלן װעגן דער ייִדישער געשיכטע פֿאַרן חורבן װערן צוגעגרײט דורך אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע היסטאָריקער, װעלכע באַהאַנדלען די עלטערע תּקופֿות װי אַ טײל פֿון דער ברײטערער ייִדישער געשיכטע, אין װעלכער פּױלן פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט. די אָפּטײלן װעגן דעם חורבן און בפֿרט װעגן דעם אױפֿקום פֿון ייִדישן לעבן נאָכן חורבן זײַנען קורירט דורך פּױלישע היסטאָריקער, און װערן פֿאָרגעשטעלט װי אַ טײל פֿון דער פּױלישער געשיכטע. דער נײַער באַנד גיט דעם לײענער אַ סך שטאָף װעגן װאָס צו טראַכטן.

דער שמועס, װאָס מען האָט געפֿירט אױף דער קאָנפֿערענץ בײַ דער עפֿענונג פֿון דער אױסשטעלונג, רופֿט אַרױס אינטערעסאַנטע פֿראַגעס װעגן דעם סאַמע עצם פֿונעם נײַעם דיגיטאַלישן מוזײ, זײַן אינהאַלט און זײַנע צילן. היסטאָרישע פֿאָרשונגען זײַנען ניט סטאַטיש. יעדער נײַער דור שטעלט אונטער אַ פֿרעגצײכן די מעטאָדן, באַגריפֿן און אױספֿירן פֿון זײערע לערער און פֿירגײער. דאָס איז אַ לעבעדיקער דיאַלאָג, װאָס צומאָל פֿירט צו הײסע סיכסוכים. מען טרעפֿט זיך אױף קאָנפֿערענצן, מען דרוקט ביכער און אַרטיקלען און מען קריטיקירט כּסדר אײנער דעם אַנדערן. אָבער אין אַ מוזײ װערן אָט די אַלע לעבעדיקע אױסטױשן אַזױ װי פֿאַרשטײנערט.

װי אַזױ װעט די דאָזיקע אױסשטעלונג אױסזען אין צװאַנציק יאָר אַרום, װען די היסטאָרישע װיסנשאַפֿט װעט, מערצעשעם, מאַכן אַ נײַעם פּראָגרעס און די הײַנטיקע קאָנצעפּציעס װעלן שוין זײַן אױסגעדראָשן? אַפֿילו הײַנט לאָזן זיך דערקענען צװײ בלױזן, װאָס דער קומעדיקער דור פֿאָרשער װעט האָפֿנטלעך אױספֿילן. דער ערשטער בלױז איז די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער, װאָס פֿיגורירן דאָ גיכער װי אַ היסטאָרישע אילוסטראַציע איידער װי אַ קולטורעל און עסטעטיש װערט פֿאַר זיך. דער צװײטער בלױז האָט צו טאָן מיט אַן ענין, װאָס בלײַבט עד־היום ניט־דערפֿאָרשט אין דער גאַנצער חורבן־געשיכטע: פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן געפֿונען אַ מקום־מקלט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

עס איז אײן זאַך צו האָבן אַ מוזײ װי אַ זאַמלונג פֿון טײַערע אוצרות פֿון קונסט און קולטור, װי למשל די נאַציאָנאַלע גאַלעריע אָדער דער „מעטראָפּאָליטען־מוזײ‟. אַזאַ מוזײ איז סײַ אַן אױסשטעלונג פֿאַר באַזוכער סײַ אַן אינסטיטוציע פֿאַר פֿאָרשער. און חוץ דעם איז דאָס אַ מין מאַגאַזין, אַ שאַץ־קאַמער פֿאַר װערטפֿולע זאַכן, װאָס זײער פּרײַז האַלט אין אײן װאַקסן. דער דיגיטאַלישער מוזײ, להיפּוך, פֿאַרמאָגט ניט קײן זאַמלונג אינעם אַלטן זין. דערפֿאַר שטעלט מען פֿראַגעס, אױף װעלכע איך האָב עד־היום נאָך ניט געהערט קײן גוטע ענטפֿערס. מיט דעם גװאַלדיקן טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס װעט די שפּאָגל־נײַע דיגיטאַלישע אױסריכטונג אױסזען אַלט און פּרימיטיװ אין צע־פֿופֿצן יאָר אַרום. פֿונעם עקאָנאָמישן שטאַנדפּונקט װעט אַזאַ מוזײ פֿאַרלױרן אַ היפּשן טײל פֿון זײַן װערט, פּונקט װי אַ נײַער אױטאָ װאָס װערט ביליקער אין דעם מאָמענט, װען מען ברענגט אים אַרױס פֿונעם „דילער‟. װער װעט באַצאָלן פֿאַר אַזאַ טײַער שפּילעכל אין דער צוקונפֿט? די פּױלישע מלוכה? דעמאָלט װעט זי אַװדאי פֿאָדערן, אַז די אױסשטעלונג זאָל זיך צופּאַסן צו דער מלוכהס פּאָליטישער ליניע. אַ רײַכער אַמעריקאַנער מנדבֿ? אױף װאָס דאַרפֿן זײ דאָס? די דאָזיקע פֿראַגעס װערן עד־היום נאָך ניט אַרומגערעדט זאַכלעך, לכל־הפּחות ניט בפֿרהסיא.