ווי געוויינטלעך, האָבן די פֿאַרקויפֿער פֿון ניטל־באַצירונגען הײַיאָר באַקומען אַ גרויסן רווח פֿון די פֿרומע קונים. אַ צאָל באַקאַנטע מײַנע, וואָס וווינען אין ניו־יאָרק און דאַווענען אין חסידישע שילן, דערציילן בפֿירוש, אַז כּדי צו באַצירן זייער סוכּה גייען זיי אין ניטל־קראָמען בײַ אָרטיקע אײַנקויף־צענטערס.
די כּוונה איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. ווי באַלד די ניטל־באַצירונגען הענגט מען אויף אויף אַ בוים, פּאַסט זייער אויסזען און דיזײַן פֿאַרן סכך געמאַכט פֿון צווײַגן.
טויזנטער חסידים מכּל־המינים קויפֿן יעדעס יאָר ניטל־תּכשיטים: אין מאָנסי, וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק, קרית־יואל. בײַ אַ סך ליטווישע חרדים זענען די יאָלקע־באַפּוצונגען אויך גאַנץ פּאָפּולער. אַ מערקווירדיקער יוצא־מן־הכּלל איז קראַון־הײַטס; בײַ די עכטע ליובאַוויטשער באַצירט מען בכלל נישט די סוכּה; לויט זייער שיטה איז די סוכּה גופֿא די בעסטע באַצירונג. פֿאָרט גייען אין די חב״ד־שילן אַ סך ייִדן, אַרײַנגערעכנט מײַנע חבֿרים, וואָס קויפֿן יאָ די יאָלקע־חפֿצים.
יאָרן לאַנג האָב איך מיט נײַגער אָבסערווירט די אַנטוויקלונג פֿונעם דאָזיקן הײַנטצײַטיקן מינהג. אַ סך סאַטמאַרער און אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע ייִדן פֿונעם אונגערישן שניט הייבן נישט אָן צו וויסן – אָדער גיכער מאַכן זיך נישט וויסנדיק – פֿון וואַנען זייער נוי־סוכּה (סוכּה־באַצירונגען) שטאַמט. די ניטל־סחורה – גירלאַנדעס פֿון קאָליריקע לעמפּלעך, שנייעלעך, באַלעמלעך, שטערנדלעך – ווערט כּסדר איבערגעפּעקלט אויף כינעזישע פֿאַבריקן אָדער שוין אין אַמעריקע ווי ייִדישלעכע סוכּה־דעקאָראַציעס. קיין באַשײַמפּערלעך קריסטלעכע סימבאָלן האָב איך בײַם אַמעריקאַנער פֿרומען עולם קיינמאָל נישט געזען; די סחורה ווערט „פֿאַרייִדישט‟ - הייסט עס, אויסגענוצט אויף אַ סעלעקטיוון שטייגער.
די נײַע טעכנאָלאָגישע חידושים ווערן אָבער יאָ נאָכגעמאַכט. למשל, ווען בײַ די קריסטן האָבן זיך באַוויזן די גירלאַנדעס מיט ליכט־דיאָדן (LED) אַנשטאָט די קלאַסישע באַפֿאַרבטע לעמפּלעך, האָט דער חסידישער עולם אויך גענומען זיי אויסנוצן לשם נוי־סוכּה.
אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט שאַצט מען אָפּ מולטיקולטוראַליזם און אָפֿנקייט צו אַנדערע קולטורן און חידושדיקע קולטורעלע קאָמבינאַציעס. אַז מע טראַכט זיך אָבער אַרײַן, איז די אמתע סיבה פֿון די חסידישע יאָלקע־באַצירונגען אַ טרויעריקע: אַ סימן פֿונעם שוואַכן קונסט־קענטעניש בײַ די חסידים, שוין אָפּגערעדט פֿון זײערע אייגענע קונסטווערק. ס׳איז טאַקע אַ מיצווה צו באַצירן די סוכּה אָבער יענע אומגעלומפּערטע קאָמפּיוטער־געשאַפֿענע סכעמעס פֿונעם בית־המיקדש אָדער אויסגעקרימטע פּנימער פֿון די ייִדישע אָבֿות צי די הײַנטיקע גדולים זעען אויס נישט באַטעמט אַפֿילו בײַ די, וואָס ווייסן גאָרנישט וועגן קונסט. ממילא קויפֿט מען אײַן די ניטל־באַצירונגען.
אין אייראָפּע זענען בײַ די קריסטן פֿאַראַן רײַכע טראַדיציעס פֿון פּרעכטיקע יאָלקע־דעקאָראַציעס. אַפֿילו זיי קויפֿן הײַנט די ביליקע כינע־אַימפּאָרטירטע פּלאַסטיק־סחורה װאָס מאַכן נאָך די קלאַסישע גלעזערנע און הילצערנע צאַצקעס. כינע איז אָבער נישט קיין קריסטלעך לאַנד און די דאָרטיקע יאָלקע־סחורה ווערט אָפֿט פּראָדוצירט אָן קיין פּראָפֿעסיאָנעלע מאָלער און דיזײַנער – אַבי עס זאָל שײַנען און ווינקען מיט בונטע קאָלירן. נישט האָבנדיק קיין טראַדיציע פֿון ביימער־דעקאָראַציעס און אַ גוטן קינסטלעכן חוש בכלל, קויפֿט דער פֿרומער עולם דווקא אַזאַ אומגעלומפּערטע פּראָדוקציע.
טאַקע אַ שאָד. אין אַן אַמעריקאַנער אַלטוואַרג־געוועלבל קאָן מען גרינג געפֿינען נישט־טײַערע רעפּראָדוקציעס פֿון קלאַסישע קונסטווערק, גאַנץ נייטראַלע פֿון דער הלכה־פּערספּעקטיוו. אַ טייל פֿרומע ייִדן באַצירן דערמיט די ווענט בײַ זיך אין שטוב. דווקא אין דער סוכּה וויל מען אָבער אויפֿהענגען בילדער פֿון ירושלים אָדער פֿון אַן אַלט ייִדיש שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע, און נישט אַ סצענע פֿון אַ צופֿעליק אַמעריקאַנער דאָרף. איז וואָס זשע? ווי אַ רעזולטאַט, ווערן די ביליקסטע כינעזישע יאָלקע־באַצירונגען „היימישער‟, ווײַל זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין אַבסטראַקטע מאָדערנע קונסט.
במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן ייִדן באַטראַכט און אײַנגעזאַפּט פֿאַרשיידענע עלעמענטן פֿון דער אַרומיקער וועלט, אַרײַנגערעכנט קונסט־טראַדיציעס. דאָס אַליין איז אַ געזונטער קולטורעלער סינטעז. דער אינטעריער פֿון טראַדיציאָנעלע איראַנישע שילן דערמאָנט די פּערסישע מעטשעטן; אין די עלטסטע שיל־מאָזאַיִקן פֿון ארץ־ישׂראל און סיריע שפּירט זיך אַ קלאָרע גריכישע השפּעה; אין די אַשכּנזישע אילוסטרירטע כּתבֿ־ידן און פֿאָלקס־געמעלן וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ בולטע פֿאַרבינדונג מיט דער אייראָפּעיִשער מיטל־עלטערלעכער קונסט.
אויפֿן סמך פֿון מערבֿ־אייראָפּעיִשע, סלאַווישע און באַלקאַניש־טערקישע עלעמענטן, האָבן די אַשכּנזישע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע אַנטוויקלט זייער רײַכע, שיינע און אָריגינעלע קונסט־טראַדיציעס. פֿאַרשיידענע הויכע און טיפֿע רוחניותדיקע ענינים, כּדי צו דערנענטערן צו זיי די נשמות פֿון די מתפּללים, פֿלעגט מען אויסדריקן דורך קאָמפּליצרטע סצענעס מיט געװיקסן, בעלי־חיים און אָרנאַמענטן. די אַלטע סוכּה־באַצירונגען אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אָפֿט געשעפּט פֿונעם זעלבן מיסטישן סימבאָליזם.
צום באַדויערן, זענען אַ סך אַלטע ייִדישע קונסט־טראַדיציעס פֿאַרטיליקט געוואָרן בעת דעם חורבן, צוזאַמען מיט זייערע מײַסטער. דווקא צוליב דעם מוז מען זיי פֿאָרשן און שטרעבן אויפֿצולעבן. אין די מוזייען, ביכער און אויף דער אינטערנעץ קאָן מען געפֿינען אָן אַ שיעור גרייטע מוסטערן פֿון אויטענטישער ייִדישלעכער קונסט, וואָס קאָן גרינג אויסגענוצט ווערן ווי נוי־סוכּה: אַלטע פּרוכתן, מיזרח־טעפּעכער, כּתובות. אַבי עס זאָלן זיך געפֿינען פֿאַראינטערעסירטע צו באַצירן זייער סוכּה מיט עפּעס, וואָס זעט אויס טאַקע באַטעמט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.