באַערטער זשורנאַליסט װיל מער ניט שרײַבן פֿאַר ישׂראלדיקער פּרעסע

Acclaimed Journalist No Longer Wants To Write For Israeli Press


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 18, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אָנגעזעענער ישׂראלישער זשורנאַליסט אין פּוילן פֿאַרלאָזט די שטעלע

ניסן צור איז אַ סימפּאַטישער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט וואָס וווינט אין קראָקע און שרײַבט פֿאַר דער ישׂראלדיקער פּרעסע וועגן פּוילן. אין 2013 האָט ער געװוּנען דעם „װאָטערגײט־פּריז פֿאַר אויספֿאָרש־זשורנאַליזם‟ פֿונעם „פֿאַראײן פֿון פּוילישע זשורנאַליסטן‟.

נאָר וואָס זשע? ער האָט באַשלאָסן אַז פֿאַר דער ישׂראלדיקער פּרעסע וועט ער שוין מער נישט שרײַבן. ער גיט עטלעכע בײַשפּילן פֿאַר וואָס ס’איז אים נימאס געוואָרן צו שרײַבן פֿאַר די ישׂראלדיקע רעדאַקטאָרן.

מיט אַ יאָר צוריק האָט ער געוואָלט שרײַבן וועגן די פּוילישע אוניווערסיטעטן וואָס עפֿענען אָפּטיילונגען פֿאַר ייִדישע לימודים. דער ישׂראלדיקער רעדאַקטאָר איז מסכּים געווען. טאַקע אַ טשיקאַווע מעשׂה. צור האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט. ער האָט געפֿירט אינטערוויוּען, געמאַכט שיינע בילדער, געשריבן באריכות וועגן די סיבות וואָס יונגע פּאָליאַקן ווילן זיך לערנען ייִדישע לימודים. הכּלל, ס’איז געווען ליהודים. צור האָט געשיקט די מאַטעריאַלן קיין ישׂראל. דעם ישׂראלדיקן רעדאַקטאָר זענען אָבער די מאַטעריאַלן נישט געפֿעלן געוואָרן. לויט אים איז די הויפּט־סיבה בײַ די פּאָליאַקן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישע לימודים זייער שולדקאָמפּלעקס איבערן חורבן. צור האָט געטענהט אַז אַ יונגער פּראָפֿעסאָר הײַנט אין פּוילן פֿילט זיך נישט פּערזענלעך פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן חורבן און נישט דערפֿאַר וויל ער אײַנפֿירן ייִדישע לימודים בײַ זיך אין אוניווערסיטעט. סע האָט געהאָלפֿן װי אַ טויטן באַנקעס.

אַגבֿ, די תּל־אָבֿיבֿער רעדאַקטאָרן האָבן זייערע אייגענע מיינונג נישט נאָר וואָס שייך ייִדישע טעמעס. אין יאָר 2010 האָט דער מלוכישער „טופּאָלעוו‟־עראָפּלאַן אַראָפּגעקראַכט אין סמאָלענסק. דער פּוילישער פּרעזידענט און אַ סך אַנדערע זענען אומגעקומען. דער ישׂראלדיקער רעדאַקטאָר האָט געבעטן בײַ צורן ער זאָל שרײַבן אַ גרויסן רעפּאָרטאַזש, און געבן צו פֿאַרשטיין אַז פּוטין האָט מסתּמא אַ שטיקל שײַכות מיט דעם אומגליקספֿאַל.

צור האָט דעמאָלט געטענהט אַז עטלעכע מינוטן נאָכן אומגליקספֿאַל קען מען נאָך נישט וויסן און במילא נישט שרײַבן וועמענס שולד דאָס איז. דער רעדאַקטאָר האָט געענטפֿערט אַז „נישט געקוקט אויף די פֿאַקטן, װעט אַ רעפּאָרטאַזש וואָס דערמאָנט פּוטינען זײַן מער טשיקאַווע‟.

דאָ מוז איך אײַך זאָגן, איך בין נישט קיין מומחה פֿון אַוויאַציע, דאָס הייסט די תּורה פֿון פֿליִען, אָבער דאָס איינציקע מאָל וואָס איך בין געפֿלויגן מיט אַ „טופּאָלעוו‟ אין פּוילן, האָט דער עראָפּלאַן געזשומעט ווי אַ סאַמאָוואַר און זיך געשאָקלט ווי אַ לולבֿ. אַז מיר זענען אָנגעקומען קיין וואַרשע האָב איך געבענטש גומל.

טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין רומעניע

דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אין בוקאַרעשט אָנהייב אָקטאָבער. דער בוקאַרעשטער פֿעסטיוואַל איז אַ יחיד ומיוחד ווײַל ער קאָנצענטרירט זיך אויף טעאַטער און טאַקע אויף ייִדיש. ער איז מסתּמא דער איינציקער ייִדישער פֿעסטיוואַל וואָס פֿאַרבעט נישט נאָר ייִדישע אַקטיאָרן נאָר ייִדישע דראַמאַטורגן אויך.

מיט אַ יאָר צוריק איז די פֿאַרזאַמלונג פֿון די דראַמאַטורגן געווען אַ טרוקענער. גערעדט האָט מען אַ סך, אָבער געטאָן האָט מען ווייניק. הײַיאָר וועט דער פֿעסטיוואַל זײַן, אם ירצה השם, אַ קאַפּעטשקע מער פּראָדוקטיוו. מע זאָגט אַז די דראַמאַטורגן וועלן נישט נאָר רעדן, נאָר לייענען כאָטש אַ פֿראַגמענט פֿון זייערס אַ נײַע פּיעסע.

ייִדישע פּענמענטשן קענען נישט קומען מיט קיין טענות צו דער ייִדישער טעאַטער־וועלט אַז מען שפּילט די זעלבע פּיעסעס יאָר אײַן יאָר אויס כּל־זמן זיי ווײַזן נישט קיין אַנדערע ברירות.

בכלל, וואָלט אפֿשר געווען אַן אײַנפֿאַל אַרויסצוגעבן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּיעסעס. אויב די באַלעבאַטים פֿון די ייִדישע טעאַטערס פֿון תּל־אָבֿיבֿ ביז ניו־יאָרק וועלן נישט אויפֿפֿירן די פּיעסעס, וועט מען זיי כאָטשבע קענען איבערלייענען.