פֿאַר וואָס אַזאַ דערשלאָגנדיקע פּרשה?


Why Such a Depressing Torah Reading?

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 20, 2018.

די הײַנטיקע פּרשה, „האזינו”, לייענט מען צומאָל שבת־שובֿה, פֿאַר יום־כּיפּור, און צומאָל – ווי הײַיאָר – צווישן יום־כּיפּור און סוכּות. דאָס איז די לעצטע פּרשה אין דער תּורה, וואָס מע לייענט שבת באַזונדערס; די סאַמע לעצטע, „וזאת הברכה”, ווערט אַלעמאָל געלייענט שׂימחת־תּורה. דער יערלעכער ציקל פֿון שבתדיקע פּרשיות שליסט זיך פֿאַקטיש מיט אונדזער הײַנטיקער סדרה.

אַז מע קוקט אויף דער ספֿר־תּורה, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער אומגעוויינטלעכער פֿאָרמאַט פֿון דער נבֿיאישער שירה, מיט וועלכער משה רבינו האָט זיך געווענדט צו זײַן פֿאָלק נאָכן טויט. די שירה, וואָס פֿאַרנעמט 43 פֿון 53 פּסוקים אין דער איצטיקער פּרשה, ווערט פֿאַרשריבן אין צוויי גלײַכע פּאַראַלעלע שפּאַלטן, מיט אַ גרויסן בלויז אין דער מיט פֿון יעדן פּסוק.

די הײַנטיקע פּרשה שיידט זיך סטיליסטיש אונטער פֿון אַלע אַנדערע סדרות אין דער תּורה. פֿאַר זײַן פּטירה, האָט משה רבינו געזאָגט זײַן לעצטע שירה, וואָס האָט אַ באַזונדערס פּאָעטישן און מיסטעריעזן טעם. די אַנדערע צוויי בפֿירוש פּאָעטישע פֿראַגמענטן אינעם חומש, די „שירת־הים” אין פּרשת־בשלח, און די קורצע „שירת־הבאר” אין פּרשת־חוקת, זענען אָנגעשריבן אין אַ גרינגער שפּראַך. להיפּוך, קלינגט אונדזער פּרשה שווער און מיסטעריעז.

„הערט זיך צו צו מיר, הימל, און איך וועל דערציילן; הער אויס, ערד, מײַנע ווערטער”. אין משה רבינוס שירה ווערט ווײַטער דערקלערט די טעמע פֿון תּוכחות און תּשובֿה, באַשריבן אין די פֿאָרישע פּרשיות, פֿון דעם עונש פֿאַר עבֿירות און דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות. ווי אין דער פֿאָריקער פּרשה „וילך”, ווערט די טעמע דערקלערט אויף אַ נאָך מער פּאָעטישן אופֿן. אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿאָריקער פּרשה, ווערט דער פּאָעטישער סטיל אונטערגעשטרײַכן דערצו דורכן אומגעוויינטלעכן סטיל פֿונעם סופֿר־שרײַבן די פּסוקים.

ס׳רובֿ שורות אין משה רבינוס פּאָעמע זענען געווידמעט די עונשים, וואָס קומען פֿאַרן נישט פֿאָלגן דעם אייבערשטנס ווערטער. פֿאָרט, זאָגט דער באַשעפֿער צו, אַז סוף־כּל־סוף וועלן די ייִדן תּשובֿה טאָן.

דער באַדײַט פֿון ס׳רובֿ פּסוקים אין משה רבינוס נבֿיאישער שירה קלינגט, אויפֿן ערשטן בליק, היפּש נעגאַטיוו און טרויעריק. אונדזער נבֿיא וואָרנט ווידער, ווי ער האָט שוין געטאָן אין די פֿאָריקע פּרשיות פֿונעם חומש־דבֿרים, אַז געוויסן ייִדן וועלן זינדיקן, און צוליב דעם וועלן זיי באַקומען אַן עונש. ווידער ווערט דערמאָנט דער ענין פֿון הסתּר־פּנים, וואָס מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, אין פּרשת וילך. משה רבינוס שירה שליסט זיך מיט אַ גליקלעכן, אָבער פֿאָרט אַ נעגאַטיוון סוף: דער אייבערשטער זאָגט צו, אַז בײַם סוף וועט ער זיך נוקם זײַן אין די שׂונאים פֿון די ייִדן.

קומט אויס, אַז די שענסטע און די סאַמע פּאָעטישע פּרשה אינעם גאַנצן חומש, מיט וועלכער עס שליסט זיך דער יערלעכער ציקל פֿונעם שבתדיקן תּורה־לייענען, איז, אויפֿן ערשטן בליק, פֿול מיט נעגאַטיווקייט. די מפֿרשים פֿונעם מיסטישן שניט, בפֿרט די חסידישע צדיקים, דערקלערן, אַז אויב מע ווייסט דעם אינערלעכן באַדײַט פֿון דער תּורה, זעט מען אין משה רבינוס שירה בלויז ליכטיקע ברכות. למשל, ווען משה רבינו זאָגט „עם נבֿל ולא חכם”, בוכשטעבלעך מיינט עס „אַ פֿאַרדאָרבן און שטומפּיק פֿאָלק”, אָבער אינעם אינערלעכן זין באַטאָנט דער נבֿיא, אַז בינה, דער ראַציאָנעלער שׂכל, איז בעסער, ווי די הויכע חכמות.

רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „קדושת־לוי”, איינער פֿון די סאַמע קלאַסישע חסידישע ספֿרים, אַז פֿאַר זײַן פּטירה האָט משה פֿאַרלוירן זײַן פֿעיִקייט צו זאָגן די נבֿואות אויף אַ קלאָרן אופֿן; דעריבער, רעדט ער אין אונדזער פּרשה מיסטעריעזע רעטענישן; אויף אַ מער נאָרמאַלן אופֿן האָט ער מער נישט געקאָנט רעדן.

ס׳זאָל אַזוי זײַן, זיכער זענען די צדיקים גערעכט. פֿון דעסט וועגן, אָן גימטריאות און אַנדערע מיסטישע חכמות קלינגט אונדזער פּרשה ווי גאָר אַ שיינע, אָבער אַ נעגאַטיווע פּאָעמע, בעצם אַ זאַמלונג פֿון קללות און וואָרענונגען וועגן פֿאַרשיידענע צרות.

אַז מע טראַכט זיך אַרײַן, זענען מיר אַלעמאָל צעשפּאָלטן צווישן דער יום־טובֿדיקער שׂימחה און דעם יום־כּיפּורדיקן פֿאַסטן. אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן איז צעשפּאָלטן צווישן ברכות און קללות. מיר פֿאַסטן, מיר טוען תּשובֿה, דערנאָך פֿרייען מיר זיך לשם־מיצווה. פֿאָרט, באַלאַנסירן מיר צווישן ברכות און קללות פֿון אונדזער פּרשה. אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן, טרעפֿן מיר זיך אָן סײַ אויף פֿריילעכע מאָמענטן, סײַ אויף קללות־סיטואַציעס.

משה רבינו ווײַזט אונדז, אַז אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן גייט נישט אַלעמאָל אָן אַזוי גרינג. צומאָל, זעט אונדזער לעבן אויס ווי אַ קללה. אין דער זעלבער צײַט, געפֿינען מיר אַ גרויסן בלויז צווישן די פּסוקים אין אונדזער סדרה. דאָס לעבן קאָן זײַן שווער, אָבער צווישן די פֿינצטערע מאָמענטן געפֿינען מיר דעם אמתן נחת. אַדרבה, מיר פֿאַרשטייען, אַז דער נחת, װאָס װערט דערמאָנט ברמז צווישן די פּסוקים אין דער פּרשה, קומט באַהאַלטן צווישן די שורות. צווישן יום־כּיפּור און סוכּות, זמן־שׂמחתנו, מוזן מיר פֿאָרט געדענקען, אַז אונדזער שׂימחה באַהאַלט זיך צווישן די שפּאַלטן פֿון דער פּסוקים.

אַוודאי, דאַרפֿן מיר זײַן בשׂימחה און צופֿרידן, אָבער מע מוז געדענקען, אַז אונדזער שׂימחה קומט נישט אומזיסט, נאָר אינעם בלויז צווישן די פּסוקים. פֿון דעסט וועגן, לאָמיר מקבל זײַן דעם קומענדיקן יום־טובֿ, זמן־שׂמחתנו, טאַקע בשׂימחה.