אין א דירה אין דער גרויסער שטאָט ניו־יאָרק איז דער חשובֿער קאָמפּאָזיטאָר גרשון קינגסלי לעצטנס געזעסן בײַ זײַן אַרכיוו און דערזען מוזיק וואָס ער האָט געהאַט געשאַפֿן פֿאַר דער ייִדישער טענצערין, נעמי ליף. שוין יאָרן לאַנג וואָס ער האָט זי נישט געזען אָדער פֿון איר געהערט, האָט ער געקלערט.
קינגסלי איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַרן ליד „פּאַפּקאָרן‟, איינס פֿון די ערשטע רעקאָרדירונגען פֿון אַ ליד געשפּילט אויפֿן עלעקטראָנישן אינסטרומענט – „מוגס סינטעסײַזער‟. דאָס ליד האָט קינגסלי רעקאָרדירט אין 1969 און במשך פֿון עטלעכע יאָר איז עס געװאָרן אַ גרויסער שלאַגער נישט בלויז אין אַמעריקע, נאָר אין אויסטראַליע, אײראָפּע און ישׂראל אויך.
גרשון האָט געדענקט אַז נעמי ליף איז געווען אַ טענצערין פֿון ביבלישע טעמעס פֿאַר װעמען ער האָט קאָמפּאָנירט אײן ליד, „דבֿורה‟ און אַ צווייטס – „תּנכישע טענץ‟.
װען גרשון האָט דערצײלט זײַן יונגער אַסיסטענטקע װעגן דער טענצערין, האָבן זײ תּיכּף געגוגלט איר נאָמען און גלײַך געטראָפֿן אַ װידעאָ װאָס דער פֿאָרװערטס האָט פּראָדוצירט, אין װעלכן נעמי דערצײלט וועגן אירע יאָרן אינעם ציוניסטישן זומער־לאַגער, קעמפּ קינדערװעלט.
קוקנדיק דעם װידעאָ האָט גרשון זיך דערװוּסט אַז נעמי פֿירט הײַנט אָן מיט אַ ייִדיש־קלוב אין אַ שיל אין װוּדסטאָק, נ”י, כאָטש זי איז שוין איבער הונדערט יאָר אַלט!
(איך בין אַלײן אַ מיטגליד פֿונעם װוּדסטאָקער ייִדיש־קלוב װאָס טרעפֿט זיך ווײַטער אַלע מיטוואָך אין דער פֿרי. דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי האָבן מיר טאַקע געפּראַװעט נעמיס 104טן געבוירן־טאָג, ביז 120!)
נו, גרשונס אַסיסטענטקע האָט טאַקע באַלד אָנגעשריבן אַ בליצבריװ צו דער וווּדסטאָקער שיל, און בינגאָ! דער אַדמיניסטראַטאָר פֿון דער שיל האָט איבערגעשיקט גרשונען נעמיס טעלעפֿאָן און צום ערשטן מאָל נאָך אַזוי פֿיל יאָרן האָבן נעמי און גרשון זיך װידער פֿאַרבונדן און געפֿירט אַ לענגערן שמועס.
װען נעמי האָט מיר מיט עטלעכע טעג שפּעטער דערצײלט די גאַנצע מעשׂה, האָט זי מיר געװיזן אַן אַלט שוואַרץ און ווײַס בילד פֿון אַ שיינעם בחור און געזאָגט אַז דאָס איז ער, און זי וואָלט שטאַרק געוואָלט זיך װידער טרעפֿן מיט אים.
האָב איך טעלעפֿאָנירט גרשונען און געמאַכט אַ באַשטעלונג זיך צו טרעפֿן בײַ אים אין דער דירה. (איך בין אַװדאַי געפֿאָרן אַלײן װײַל ס’װאָלט נעמין געװען צו שװער צו מאַכן אַזאַ רײַזע.)
האָב איך זיך טאַקע געטראָפֿן מיט גרשונען און זײַן אַסיסטענטקע און אַלעס איז טאַקע געװען ווי נעמי געדענקט. ער פֿלעגט שרײַבן מוזיק פֿאַר איר און האָט זי באַגלײט בײַ פֿאַרשיידענע פֿאָרשטעלונגען אין שטעט איבער אַמעריקע. ער האָט אַפֿילו געדענקט אַ קאַלטן ווינטערטאָג אין מינעסאָטע, װען נעמי האָט געטאַנצט באָרוועס, ניט געקוקט אויף דער קעלט!
אַלץ האָט געשטימט ביז איך האָב אים געװיזן די פֿאָטאָגראַפֿיע.
ער און די אַסיסטענטקע האָבן באַלד געזאָגט אַז דאָס קען נישט זײַן גרשון. זיי האָבן אַרויסגעבראַכט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע ייִנגערע יאָרן און ער האָט טאַקע אויסגעזען גאָר אַנדערש.
גרשון האָט מיר דערצײלט אַז װען נעמי איז געװען אַרום 24 יאָר אַלט איז ער נאָך געװען אַ ייִנגל פֿון בלויז 15 יאָר אין דײַטשלאַנד. אַ ביסל פֿאַר קרישטאָלנאַכט איז ער אַנטלאָפֿן קיין ארץ ישראל – אינעם קיבוץ עין חרוד. דאָרט האָט ער אַנטדעקט אַז ער האָט אַ טאַלאַנט צו שפּילן דעם קלאַוויר און ער האָט זיך טאַקע גענומען לערנען שפּילן.
שפּעטער האָט ער שטודירט אין קאָנסערװאַטאָריום און איז געוואָרן אַ דזשעז־שפּילער אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. ער האָט אויך געאַרבעט ווי אַ וועכטער בײַ דער ענגלישער פּאָליצײ.
ווען גרשונס עלטערן האָבן שפּעטער אַלײן באַװיזן צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד, זענען זײ אָנגעקומען קיין קובאַ און פֿון דאָרטן – קיין קאַליפֿאָרניע. אין בערך 1946 איז ער אויך געפֿאָרן קיין קאַליפֿאָרניע כּדי זיך צו באַהעפֿטן מיט זײַנע עלטערן.
דאָרטן האָט די ייִדישע אָרגאַניזאַציע איקו”ף /ייקו”ף (ייִדישער קולטור־פֿאַרבאַנד) אים װאַרעם אויפֿגענומען און אים אַפֿילו געלאָזט ניצן זײער קלאַוויר כּדי װײַטער צו פּראַקטיצירן.
אין אַרום 1955 איז ער אַריבער וווינען אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט נעמי צום ערשטן מאָל. נעמי איז שוין געווען אַ באַװוּסטע טענצערין.
איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אַז גרשונס נוסח מוז זײַן דער ריכטיקער.
קום איך צוריק צו נעמי און װי נאָר איך האָב געװיזן נעמין די בילדער פֿון גרשונען אין יענע יאָרן, און אַפֿילו אַ קורצן װידעאָ פֿון אים, האָט זי שוין אַלײן פֿאַרשטאַנען אַז דער שיינער בחור אין איר פֿאָטאָגראַפֿיע מוז זײַן אַן אַנדערער, אָבער זי קען בשום־אופֿן נישט געדענקען ווער ער איז. „אפֿשר אַ בחור וואָס הייסט צייטלין?‟ האָט זי געקלערט. זי איז אָבער נישט געװען זיכער.
סוף־כּל־סוף האָבן מיר בײדע – גרשונס אַסיסטענטקע און איך – צוגעפֿירט נעמי און גרשון צו זײערע קאָמפּיוטערס, און דורך „סקײַפּ‟ האָבן זיי זיך װידער דערזען נאָך די אַלע יאָרן און זיך געטײלט מיט זײערע זכרונות פֿון יענע יאָרן.
בלײַבט אָבער ווײַטער די שאלה: ווער איז דער שײנער בחור אין בילד, וואָס שטייט פֿאַרן לאָדן װאָס איז אַ מאָל געװען אַזוי טיפּיש פֿאַר די פֿענצטער אין תּל־אָבֿיבֿ?
נעמי האָפֿט אַז אפֿשר װעט אײנער פֿון די פֿאָרװערטס־לײענער נאָך דערקענען ווער דאָס איז און קאָנטאַקטירן דעם פֿאָרװערטס. הלװאַי!
[אויב איר האָט אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם יונגן מאַן, שרײַבט צו schaechter@forward.com]
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.