דעם הײַנטיקן שבת לייענען מיר אין דער תּורה אַ פֿראַגמענט פֿונעם חומש שמות, פּרשת כּי תּשׂא, וווּ עס ווערן דערמאָנט די י״ג מידות הרחמים, דרײַצן אַספּעקטן פֿונעם אייבערשטנס רחמנות, וועלכע מיר האָבן לעצטנס געזאָגט אַ טוץ מאָל בײַ נעילה. די איבערגעחזרטע מיסטעריעזע ווערטער, וואָס מע טאָר נישט דערמאָנען סתּם אַזוי יעדן טאָג, זענען איינער פֿון די העכסטע מאָמענטן פֿונעם יום־טובֿ.
דאָס דערמאָנט אונדז אויך אינעם אַזוי־גערופֿענעם „באַהאַלטענעם יום־טובֿ‟, וואָס קומט גלײַך נאָכן הײַנטיקן שבת – דהײַנו, הושענא רבה. דער דאָזיקער טאָג, נישט זײַענדיק אָפֿיציעל אַן עכטער יום־טובֿ, ווערט באַטראַכט ווי אַ מין המשך און שלוס פֿונעם יום־כּיפּור. דערפֿאַר דאַוונט דער חזן אין אַ סך קהילות אין אַ ווײַסן קיטל, און מע זאָגט לאַנגע תּפֿילות, וואָס דערמאָנען אין די ימים־נוראָים.
להיפּוך צו יום־כּיפּור, זאָגט מען דווקא נישט די י״ג מידות הרחמים, ווען מע גייט הושענא־רבה זיבן מאָל אַרום דעם באַלעמער. פֿאָרט, שפּירט זיך אינעם גאַנצן הושענא־רבהדיקן נוסח אַ כּמו־יום־כּיפּורדיקע אַטמאָספֿער.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער עצם־נאָמען פֿון אונדזער „באַהאַלטענעם יום־טובֿ‟ איז אַ פֿאָלקישער. אין דער גמרא און אַנדערע פֿריִיִקע קוואַלן שטייט געשריבן, אַז דער זיבעטער טאָג פֿונעם חג־הסוכּות הייסט דער „יום ערבֿה‟, אָבער ווערט דערקלערט פֿאַקטיש גאָרנישט, וואָס מע זאָל טאָן יענעם טאָג און און ווי אַזוי.
במשך פֿון דורות, האָט דאָס פֿאָלק אַנטוויקלט אַ רײַכע טראַדיציע פֿון תּפֿילות, פּיוטים און מינהגים, וואָס דערמעגלעכן אויסצודריקן דעם הויכן ענין פֿונעם אייבערשטנס רחמנות אויף גאַנץ חידושדיקע אופֿנים. לאָמיר זיך דערמאָנען אַ פּאָר אַזעלכע אינטערעסאַנטע פֿאַלן.
ווי ס׳איז באַקאַנט, עסט מען הושענא רבה האָלובצעס – געוויקלט קרויט מיטן צעריבענעם פֿלייש אינעווייניק. ס׳איז אויך באַקאַנט אַן ענלעכער מינהג: צו עסן קרעפּלעך פּורים, ערבֿ יום־כּיפּור און הושענא רבה. ביידע מאכלים סימבאָליזירן דעם אייבערשטנס רחמנות אויף אונדז, אַז אינעם נײַעם יאָר פֿילט ער אונדזער לעבן אָן מיט נײַע געשמאַקע ברכות. דאָס עצם־וואָרט „קרעפּלעך‟ איז פֿאַרבונדן מיט קרעפֿטיקייט, פֿרישע כּוחות. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן אָבער די האָלובצעס דווקא צו הושענא רבה?
אין זײַן „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ ברעגנט מאַקס ווײַנרײַך אַן אינטערעסאַנטע לינגוויסטישע סיבה דערפֿון. פֿאַרן שלאָגן די הושענות זאָגט מען דרײַ מאָל „קול מבֿשׂר, מבֿשׂר ואומר‟. בײַ די מערבֿדיקע ייִדן פֿון דײַטשלאַנד הייסט קרויט „קאָל‟. ממילא, האָט דער עולם אָפּגעטײַטשט די ווערטער „קול מבֿשׂר‟ ווי „קרויט מיט וואַסער‟. ס׳זעט אויס, אַז אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען קאָמבינירט ביידע טראַדיציעס – קרעפּלעך און קרויט – און האָבן זיך געגעבן די עצה צו עסן די האָלובצעס. ענלעכע מאכלים זענען אָבער פֿון קדמונים אָן פּאָפּולער סוכּות־צײַט בײַ די ספֿרדישע און פּערסישע ייִדן; דעריבער, קאָן אונדזער מינהג האָבן אויך אַ שײַכות צו דער מיזרחדיקער קעכערײַ. אויפֿן מיזרח, באַנוצט מען זיך אָבער נישט מיט קרויט, נאָר מיט ווײַנטרויב־בלעטער.
הושענא רבה בײַנאַכט לייענען אַ סך מענער דעם „תּיקון‟ ביז אין דער פֿרי אָדער צום ווייניקסטן במשך פֿון אַ גוטער פּאָר שעה. ס׳איז פֿאַראַן נאָך אַן אינטערעסאַנטער, ווייניקער באַקאַנטער מינהג: אַרויסצוגיין אין דרויסן הושענא רבה שפּעט בײַנאַכט צו זען דעם אייגענעם שאָטן אינעם לבֿנה־ליכט. אויב מע זעט דעם שאָטן, וועט מען האָבן אַ גוט יאָר, אַז נישט – איז עס אַ שלעכטער סימן. דער מינהג איז אַן אַלטער און ווערט שוין דערמאָנט אינעם רמ״אָס נאָטיצן צום שולחן־ערוך, אָנגעשריבן בערך מיט 450 יאָר צוריק. דער רמ״אָ רעקאָמענדירט עס נישט צו טאָן, ווײַל מע קאָן נישט ריכטיק אָפּטײַטשן די הימלישע סימנים.
ס׳איז דאָ אַ מער פּראַגמאַטישע סיבה, פֿאַרוואָס די דאָזיקע מיסטעריעזע טראַדיציע האָט פֿאַרלוירן די פּאָפּולאַריטעט. צו באַקוקן דעם שאָטן פֿונעם גוף, מוז מען דאָך קודם פּטור ווערן פֿון אַלע בגדים. ווייניק מענטשן אין דער הײַנטיקער וועלט וואָלטן געגאַנגען שפּעט בײַנאַכט אין דרויסן, כּדי זיך אויסצוטאָן נאַקעטערהייט אונטער דער לבֿנה.
אין די אונגערישע שטעטלעך פֿלעגט מען באַקן ספּעציעלע חלות לכּבֿוד הושענא רבה אין דער פֿאָרעם פֿון פֿייגעלעך. דער עולם האָט געגלייבט, אַז דער דאָזיקער פֿויגל וועט אַרויפֿפֿליִען אין הימל און אַראָפּברענגען פֿון דאָרטן דעם גוטן קוויטל. דאָס ווײַזט, אפֿשר, נאָך בעסער, ווי אַזוי דער פּשוטער עולם איז מסוגל אויסצודריקן אַ הויכן ענין דורך אַ חנעוודיקן היימישן מינהג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.