„יהודיבור: מסות על תרבות יידיש‟ דוד רוסקיס ירושלים: מוסד ביאַליק, 2018
דאָס נײַע בוך פֿון דוד־הירש ראָסקעס איז געשריבן געוואָרן פֿאַרן העברעיִשן עולם, אויף זײַן שפּראַך און דאָס איז גאָר נישט קיין קלייניקייט. מסתּמא האָט ער אין „יהודיבור: מסות על תרבות יידיש‟ (ייִדישרייד: עסייען וועגן ייִדישער קולטור) געוואָלט זאָגן עפּעס דירעקט צו אונדז ישׂראלים. אָבער וואָס?
„יהודיבור‟ וויל נישט זײַן, אַזוי דאַכט זיך מיר, אַן אַרומנעמיקער אַרײַנפֿיר צו דער ייִדישער קולטור, ווי חנא שמערוקס „ספרות יידיש: פרקים לתולדותיה‟ (פּרקים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע), וואָס איז אַרויס מיט פֿערציק יאָר צוריק, אָדער בנימין הרשבֿס „התרבות האחרת‟ (די אַנדערע קולטור, 2006). ווי אין זײַן פֿריִערדיקן בוך, Yiddishlands: A Memoir, שרײַבט ראָסקעס אַ סך מאָל אין דער ערשטער פּערזאָן, פֿון אַ פּערזענלעכן קוקווינקל. זײַן בוך קאָנצענטרירט זיך אויף עטלעכע וויכטיקע ענינים און באַלײַכט אַ פּאָר באַהאַלטענע ערטער אין דער ייִדישער קולטור. בקיצור קאָן מען זאָגן אַז ראָסקעס שטרײַכט אונטער דעם „יהודיבור‟, ד”ה דער ייִדישע דיסקור ווי אַ היפּוך צום עברידיבור (אגבֿ, איך מיין אַז דער ענגלישער טערמין, Jewspeak, קלינגט נאַטירלעכער ווי דער העברעיִשער). אויב מע וויל שטעלן דעם חידוש פֿון בוך אויף איין פֿוס קאָן מע זען אַ מין קאָנטראַסט צווישן דער פֿילצאָליקייט פֿון ייִדיש און דער איינצאָליקייט (אָדער צמצום) פֿון העברעיִש – און באַלד וועל איך דערקלערן װאָס איך מײן.
שוין בײַם סאַמע אָנהייב דערציילט ראָסקעס וועגן דער פֿילשפּראַכיקער סבֿיבֿה פֿון זײַן משפּחה: „נישט צופֿעליק זײַנען אַרײַנגעדרונגען אין מיר דרײַ מוטער־שפּראַכן‟: ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצייזיש. שפּעטער זײַנען צוגעקומען העברעיִש, רוסיש, פּויליש און אַנדערע שפּראַכן – אַזש צען לשונות. די פֿילשפּראַכיקע אָטמאָספֿער איז אַזוי ווײַט פֿון דער ישׂראלדיקער רעאַליטעט ווי דער ווײַטקייט צווישן מאָנטרעאַל און ירושלים. דאָ, אין ישׂראל, וואַקסט שוין דער דריטער איינשפּראַכיקער דור וואָס ריידט דער עיקר עבֿרית (און מער אָדער ווייניקער ענגליש). דאָס איז גאָר אַ חידוש אין דער ייִדישער געשיכטע, וווּ ייִדן האָבן געקענט צוויי, דרײַ און אַמאָל מער שפּראַכן – בפֿרט אין אַ מולטי־קולטורעלער און מולטי־נאַציאָנאַלער סבֿיבֿה ווי אין מזרח־אייראָפּע. פֿון דעם קוקווינקל איז דוד ראָסקעס נישט קיין אויסנאַם: ער איז דאָך געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער היים און אין אַ צוויי־שפּראַכיקער שטאָט, מאָנטרעאָל.
אָבער אין ישׂראל באַדויערט מען נישט דאָס װאָס מע האָט פֿאַרלוירן די פֿילשפּראַכיקײט. אַדרבה: דאָס קענען אַ סך שפּראַכן איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון גלות און אירע חלאתן. „ואתכם אזרה בגויים‟ (און איך וועל אײַך צעשפּרייטן צווישן די פֿעלקער, ויקרא כו, לג), איז איינע פֿון די קללות וואָס ווערן דערמאָנט אין דער תּורה וועגן גלות. אַנטקעגן דעם, איז אַן אידעאַלע לאַגע פֿון אַ פֿאָלק ווען דאָס פֿאָלק וווינט אין איין לאַנד און רעדט איין שפּראַך. שוין אין יאָר 1930 האָט ח”נ ביאליק געשריבן: „ס’איז נישטאָ קיין שום ספֿק אַז פֿאַר אַ נאַטירלעך און אַ נאָרמאַל פֿאָלק איז גענוג איין שפּראַך, זײַן נאַציאָנאַלע שפּראַך. אַן אומנאָרמאַל פֿאָלק, ווי ייִדן, איז געצוווּנגען געוואָרן צו טראָגן אויף זיך צוויי שפּראַכן: אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך און אַ גערעדטע. נאָר אָט די גערעדטע שפּראַך וועט זיך בײַטן מיט דער צייַט.‟
ראָסקעס באַהאַנדלט אין זײַן בוך דעם סקאַז (skaz) – אַ זשאַנער פֿון אַ דערציילונג וואָס פּראָבירט נאָכמאַכן אַ מעשׂה שבעל־פּה, װי מע זעט, למשל, בײַ שלום־עליכם און יאָסל בירשטיין. ער רעדט אויך וועגן דער קונסט פֿון פּלאַפּלערײַ אין י”ל פּרצס פּראָזע. די צוויי טעמעס – דער סקאַז און דאָס פּלאַפּלערײַ זענען ביידע אויסדרוקן פֿון אַן איבערפֿלוס, איבערמאָס און פֿילצאָליקייט און באַטרעפֿן גאָר די געניאַלקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דער (קלאַסישער) העברעיִשער ליטעראַטור געשמט דווקא מיט איר צמצום, איז אַזאַ זשאַנער דאָרט גאַנץ פֿרעמד.
נאָך אַ פּועל־יוצא פֿון דער פֿילצאָליקייט איז די אַנטאָלאָגיע, וואָס איז אויך אַ מיטל צו באַווײַזן די עקזיסטענץ פֿון אַ רײַכן ליטעראַרישן קאָרפּוס. איינע פֿון ראָסקעס’ חידושים, און אַ גרונטשטריך אין בוך, איז זײַן אָבסערוואַציע אַז די ייִדישע קולטור שטייט אויף אַנטאָלאָגיעס: „מען קאָן זאָגן – שרײַבט ער – אַז מיר זײַנען דאָס זאַמלונג־פֿאָלק. נישט דאָס אויסגעוויילטע פֿאָלק, נאָר דער אויסווייל־פֿאָלק‟ (לא העם הנבחר, אלא עם המִבחר). דאָס איז אַן אינטערסאַנטער אופֿן צו באַקוקן די ייִדישע קולטור־געשיכטע. ראָסקעס הייבט אָן מיט דאָס „מעשׂה־בוך‟ פֿון אָנהייב 17סטן יאָרהונדערט (כאָטש מע קאָן אויך רופֿן „אַנטאָלאָגיע‟ די דערציילונגען פֿון יוסף הצדיק, פֿון 14סטן יאָרהונדערט, וואָס מען האָט געפֿונען אין דער גניזה פֿון קאַהיר). דערנאָך שפּרינגט ער אַריבער צו שלום־עליכמס „די יודישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ און פּרצס „יודישע ביבליאָטעק‟ – ביידע זײַנען די יכין ובועז, די הויפּטזײַלן, פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. ראָסקעס שילדערט דאָס וויכטיקע אָרט פֿון דער אַנטאָלאָגיע אין אַמעריקע, מיט משה באַסינס „500 יאָהר אידישע פּאָעזיע‟, וואָס איז אַרויס אין יאָר 1917, און „ייִדישע דיכטערינס: אַנטאָלאָגיע‟, פֿון יאָר 1928.
ראָסקעס שרײַבט וועגן נאָך אַ ריי וויכטיקע אַנטאָלאָגיעס, אָבער דער לעטצער בײַשפּיל – פֿון „ייִדישע דיכטערינס‟ – גיט אָנצוהערן אַז די אויפֿגאַבע פֿון אַן אַנטאָלאָגיע איז צו שאַפֿן אַן אײַנדרוק פֿון טראַדיציע אַפֿילו ווען זי עקזיסטירט נישט. אין אַנדערע ווערטער, במקום שאין פֿיש, און ס’איז דאָ נאָר אַ הערינג, וויל זיך אַן אַנטאָלאָגיע אויסזען ווי אַ פֿעטער קאַרפּ. אַן אַנטאָלאָגיע איז אַ פּאַראַדאָקסעלער פֿענאָמען, וואָס וויל אײַנהאַלטן אין זיך אַ סך, אַלץ וואָס איז דאָ פֿאַראַן, ממש פֿון א’ ביז ת’. אָבער אַמאָל איז עס נישט קיין סך־הכּל, נאָר אַדרבה: אַן אָנהייב צו די ווײַטערדיקע שאַפֿונגען, ווי „די יונגע‟ אין אַמעריקע, למשל.
אַזוי איז אויך מיטן פֿאַל פֿון „מאַונט כרמל‟־בית־עולם אין ניו־יאָרק, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך דעם אַרבעטער־רינג. ראָסקעס זעט אין דעם בית־עולם נישט נאָר אַן אַרענע פֿון דער נײַער וועלט און אַן אויסדרוק פֿון דער וועלטלעכער רעוואָלוציע (דאָס איז אַן ענין פֿאַר זיך: ווי זיי האָבן איבערגעביטן אויף די מצבֿות די רעליגיעזע פֿיגורן און באַגריפֿן ווי ר’,/מרת, פ”נ, תנצב”ה מיט לערער/חבֿר/פּיאָנער/קעמפֿער אאַז”וו). דער קאַפּיטל איז געשריבן געוואָרן ווי אַ שפּאַציר איבער אַ מין פּאַנטעאָן; פּונקט ווי די דעמאָלטיקע מחברים פֿון אַנטאָלאָגיעס האָבן געוואָלט שאַפֿן אַן אויסקלײַב פֿון די פֿונדאַמענטעלע שאַפֿונגען, האָבן די גרינדערס פֿון יענעם בית־עולם געוואָלט שאַפֿן אַ קבֿרים־אויסקלײַב פֿון דער ייִדישער פּני: שלום־עליכם, שמואל ליבערמאַן, מאיר לאָנדאָן, אַב קאַהאַן און נאָך אַ סך. אויך אין די קבֿרים אַליין קאָן מע זען אַ מין בוקעט, וואָס איז דער טײַטש פֿונעם װאָרט אַנטאָלאָגיע אויף גריכיש.
אַמאָל קומען די אַנטאָלאָגיעס טאַקע בײַם סוף, ווי די אַנטאָלאָגיע „לידער פֿון געטאָס און לאַגערן‟ פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי. אין דעם פֿינפֿטן קאַפּיטל פֿון בוך שרײַבט ראָסקעס וועגן נאָך אַ סוף: דער קאָלאָסאַלער אויסקלײַב פֿון מאַטעריאַלן אינעם „עונג שבת‟ אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ. אויך אין די מאַטעריאַלן זעט ראָסקעס אַן אַנטאָלאָגיע: נישט אַלץ וואָס ד”ר עמנואל רינגעלבלום און זײַן גרופּע האָבן געזאַמלט און באַגראָבן איז צו אונדז דערגאַנגען: אַ סך איז נעלם געוואָרן אין דער מלחמה. פֿון דעסט וועגן, ווען איך האָב באַזוכט, נישט לאַנג צוריק, די אויסשטעלונג פֿון „עונג שבת‟ אין „זשיך‟, דער היסטאָרישער ייִדישער אינסטיטוט אין וואַרשע, האָב איך זוכה געווען צו זען אַ סך פֿון די פֿאַרשיידענע דאָקומענטן אין כּלערליי שפּראַכן און טעמעס.
אַזוי אַרום ווערט אויך ראָסקעס׳ בוך אַליין — אַן אויסקלײַב פֿון אַרטיקלען — אַ מין אַנטאָלאָגיע, דהיינו אַ רינג אין דער לאַנגער קייט פֿון אַנטאָלאָגיעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. און טאַקע דערפֿאַר איז אַזאַ בוך וויכטיק סײַ פֿאַר די העברעיִש־לייענערס וואָס וועלן דורך דעם בוך זיך באַקענען מיט ייִדיש צום ערשטן מאָל, סײַ פֿאַר די וואָס קענען שוין גוט די פֿריִערדיקע אַָנטאָלאָגיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.