אינעם הויף פֿון דער אַמאָליקער 24 נאַלעװקי גאַס אין וואַרשע (הײַנט הייסט עס 10 אַנדערסאַ גאַס) איז ביז לעצטנס געשטאַנען אַן אַלטע מיראַבעלקע — אַ בוים פֿון מיראַבעל־פֿלוימען. בעת דער מלחמה איז דער בוים געשטאַנען אין וואַרשעווער געטאָ, אַ זאַך וואָס די באַקאַנטע מחברטע האַנאַ קראַל האָט נישט איין מאָל באַשריבן אין אירע דערציילונגען.
נאָך דער מלחמה האָבן קינדער אין וואַרשע, שפּילנדיק זיך בײַם בוים, אויסגעגראָבן פֿון דער ערד די פּאַטשערקעס וואָס מע פֿלעג פֿאַרקויפֿן אין די ייִדישע געוועלבן און זיי געזאַמלט. אין דעצעמבער 2016 האָט מען אָבער, צום באַדויערן, אָפּגעהאַקט דעם בוים, כּדי דאָרט צו בױען אַ גרױסן נײַעם בנין.
שוין אַ שטיקל צײַט וואָס עטלעכע מענטשן ווילן צוריקברענגען די מיראַבעלקע — און דעם 22סטן סעפּטעמבער האָט מען עס טאַקע געטאָן, דורך אַ באַשיידענער צערעמאָניע.
די געשיכטע איז אַזאַ: אין 2017 האָט מאָניקאַ טוטאַק, װאָס װױנט אין מוראַנוּװ, די געגנט אין װאַרשע װוּ די מיראַבעלקע פֿלעגט װאַקסן, געשריבן װעגן דער סיטואַציע אױף איר פֿײסבוק־זײַט. צעזאַרי האַראַסימאָװיטש, װאָס פֿלעגט ווי אַ קינד אַליין זוכן די פּאַטשערקעס האָט אין איינעם מיט זײַן פֿרײַנד, װיטאָלד פֿיזיטאַ, זיך פֿאַרבונדן מיט מאָניקאַ. וויטאָלד האָט נאָך אַלץ אַ קאָמפּאָט געמאַכט פֿון די פֿרוכטן פֿון דער מיראַבעלקע איידער מע האָט זי אָפּגעהאַקט אָבער פֿון געקאָכטע פֿרוכטן קען מען אַוודאי ניט מאַכן קיין בױם.
מיט 13 יאָר צוריק האָט וויטאָלדס ברודער, װױציעך פֿיזיטאַ, זיך איבערגעצויגן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דערבײַ מיטגענומען דרײַ קערעלעך פֿון דער מיראַבעלקע. איצט, לעבן זײַן הױז אין וואַשינגטאָן, װאַקסט טאַקע אַ „טאָכטער‟ פֿון יענער מוראַנוּװער מיראַבעלקע.
ווען פּאַטריציאַ דאָלאָװי, אַ פּױלישע קינסטלערין, האָט זיך דערוווּסט וועגן דער מיראַבעלקע אין וואַשינגטאָן, האָט זי זיך אונטערגענומען צוריקצוברענגען אַ טייל פֿונעם בוים קיין מוראַנוּװ. בעת אַ וויזיט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָט זי באַזוכט די משפּחה פֿיזיטאַ. צום באַדויערן איז דער װינטער דעמאָלט געװען אַ שטאַרקער, האָט די מיראַבעלקע ניט געהאַט קיין פֿרוכטן, האָט פּאַטריציע ניט געקענט אַהיימנעמען קיין קערלעך. אַנשטאָט דעם האָט זי אַהיימגעבראַכט אַ צװײַגל דערפֿון. פֿונעם צװײַגל האָט זיך צעבליט אַ ביימעלע, נאָר לאַנג האָט עס נישט געלעבט.
דאָס איז אָבער ניט דער סוף פֿון דער מעשׂה. פּאַטריציאַ האָט געהאַט איבערגעגעבן דאָס צווײַגל צו אַן עקספּערט פֿון בלומען־האָדעוואַניע, ד״ר עלזשביעטאַ ראָזפּאַראַ, װאָס האָט לעצטנס געהאַלטן אַ לעקציע אין וואַרשע װעגן מיראַבעלקעס בכלל און וועגן דער ספּעציפֿישער מיראַבעלקע פֿון וואַרשעווער געטאָ בפֿרט. בײַם סוף פֿון דער לעקציע האָט איינער אין עולם דערקלערט אַז אין װאַרשע װאַקסט איצט אַ „שװעסטער‟ פֿון דער פֿאַרשניטענער מיראַבעלקע. מומחים האָבן עס קאָנטראָלירט און ס׳איז טאַקע געווען אַזוי. האָבן די מומחים פֿונעם צװײַגל פֿאַרפֿלאַנצט נאָך אַ בײמל. און טאַקע דאָס בײמל האָט מען דעם 22סטן סעפּטעמבער פֿאַרפֿלאַנצט לעבן דעם אַמאָליקן 15 נאַלעװקי גאַס, צוזאַמען מיט אַ פּאָר קערעלעך װאָס אַן אַנדער פֿרוי, באַרבאַראַ כוטניק (די באָבע פֿון אַ באַקאַנטער פּוילישער שרײַבערין, סילוויאַ כוטניק) האָט אויך צוריקגעבראַכט פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן.
דערווײַל האָט פֿיזיטאַס מיראַבעלקע אין וואַשינגטאָן הײַיאָר יאָ געגעבן פֿרוכטן, אַזוי אַז די מיראַבעלקע האָט שוין איבערגעלעבט עטלעכע ניסים.
אויף דער פֿאַרפֿלאַנצונג־צערעמאָניע זענען בײַגעווען אַרום 40 מענטשן. צװישן זײ — צעזאַרי האַראַסימאָװיטש, װאָס האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ קינדערביכל, „מיראַבעלקע‟, װוּ דער אַמאָליקער בױם דינט ווי דער נאַראַטאָר. איידער מע האָט דורכגעפֿירט די פֿאַרפֿלאַנצונג האָבן צעזאַרי און די אילוסטראַטאָרין פֿון ביכל, מאַרטאַ קאַרטשעװסקאַ, געפֿירט אַ דיסקוסיע וועגן דעם. אַ דאַנק דעם ביכל, אָרגאַניזירט מען איצט װאַרשטאַטן פֿאַר קינדער וועגן דעם בוך אין מער װי 400 ביבליאָטעקן איבער פּוילן.
בשעת מע האָט איבערגעפֿלאַנצט די מיראַבעלקעס — סײַ די וועלכע וואַקסט אַרויס פֿונעם צווײַגל סײַ די פּאָר קערערלעך וואָס מע האָפֿט וועלן מיט דער צײַט אויך שפּראָצן — האָט מען געקענט גרינג זען אַז קיין סך אָרט איז דאָרט נישטאָ פֿאַר די צוקונפֿטדיקע ביימער ווײַל פּונקט לעבן זיי שטייען נאָך אַלץ די חורבֿות פֿון אַ ציגלנער וואַנט, אַן איבערבלײַב פֿונעם געטאָ.
צוריקגערעדט, אפֿשר איז טאַקע פּאַסיק אַזוי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.