דער „נײַער ייִדיש־רעפּערטואַר־טעאַטער‟, ב׳ראָש מיט דוד מאַנדעלבאַום, האָט לכתּחילה באַקומען זײַן שם פֿאַרן פֿאָרשטעלן ערשטקלאַסישן אַוואַנגאַרדישן טעאַטער אויף מאַמע־לשון אַ דאַנק זײַן אויפֿפֿירונג פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟ אין שיין בייקערס ייִדישער איבערזעצונג.
סאַמועל בעקעטס באַרימטע פּיעסע, וואָס דער אירלענדישער דראַמאַטורג האָט לכתּחילה אָנגעשריבן אויף פֿראַנצייזיש, האָט באַקומען אַ נײַע ממשותדיקייט אין דער ייִדישער איבערזעצונג, ניט געקוקט אויף דעם וואָס, אַזוי ווי אינעם אָריגינאַל, קומט גאָרניט אין דער פּיעסע באמת ניט פֿאָר. צו יענער צײַט, אין 2013, האָט מען דערמאָנט אין דער פּרעסע דעם פֿאַקט, וואָס בעקעט האָט לכתּחילה געגעבן זײַנע העלדן ייִדישע נעמען, איידער ער האָט באַשלאָסן זיי צו מאַכן מער אוניווערסאַל. מאַנדעלבאַום האָט געוואָלט מיט דער ייִדישער אויפֿפֿירונג ווידער פֿאַרבינדן בעקעטס אַבסורדישע דראַמע מיט דער ייִדישער טעמאַטיק.
לעצטנס האָט דער „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ געלאָזט וויסן, אַז ער וועט אין דעצעמבער ווידער פֿאָרשטעלן די פּיעסע. שיין בייקער און דוד מאַנדעלבאַום וועלן נאָך אַ מאָל שפּילן וולאַדימיר און עסטראַגאָן. צום אַנסאַמבל וועלן צוקומען די אַקטיאָרן לוזער טווערסקי, וואָס וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם דורכגעפֿאַלענעם וויסנשאַפֿטלער „לאָקי‟, און געראַ סאַנדלער, וואָס וועט שפּילן לאָקיס סאַדיסטישער בעל־הבית, „פּאָזאָ‟. עס וועט אויך אויפֿטרעטן סאַנדלערס זון נועם, וואָס וועט שפּילן די ראָלע פֿונעם „ייִנגל‟.
די אָריגינעלע פּראָדוקציעס פֿון „גאָדאָ‟ אויף ייִדיש האָט רעזשיסירט דער לאַנגיאָריקער אַקטיאָר און בינע־קינסטלער משה יאַסור. דאָס מאָל וועט רעזשיסירן די פּיעסע רונית מושקאַטבליט, אַ ישׂראלדיקע טעאַטער־רעזשיסאָרקע, וואָס אַרבעט שוין עטלעכע יאָר ווי די דירעקטאָרשע פֿון „לאַבאַ‟, אַ קונסט־פּראָגראַם וואָס ברענגט צונויף ייִדישע קינסטלער, שרײַבער און דראַמאַטורגן, זיי זאָלן צוזאַמענלייענען ייִדישע טעקסטן.
„וואַרטן אויף גאָדאָ‟ וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן בײַם ייִדישן Y אויף דער 14סטער גאַס אין מאַנהעטן פֿון פֿרײַטיק, דעם 21סטן דעמעצבער ביז זונטיק, דעם 27סטן יאַנואַר. בילעטן (35$) קען מען באַשטעלן דורך דער וועבזײַט פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.