טענות צום „באַשיידענעם פּאָליגלאָט‟

Complaint Addressed To The "Unassuming Polyglot"

YEHUDA BLUM

פֿון יחיאל שיינטוך

Published October 05, 2018.

מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט אַ פֿאָרווערטס-לייענער וואָס שרײַבט זיך אונטער „חיים מאָנאָגלאָט‟ באַפֿאַלן מיך און מײַן אַרטיקל וועגן פּאָליגלאָטיזם. ברענג איך דאָ, וואָרט נאָך וואָרט, זײַנע באַמערקונגען, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ קולטור וואָס האַלט פֿון אַ פֿרײַער טריבונע

חשובֿער „באַשיידענער פּאָליגלאָט‟:

פּאָליגלאָטיזם קלינגט בײַ אײַך ווי נאָך איינע פֿון די אידעאָלאָגיעס וואָס האָבן חרובֿ געמאַכט די מענטשהייט אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט: קאָמוניזם, סאָציאַליזם, קאַפּיטאַליזם, און וואָס אין דער קאָרט.

אַן אמתער ייִד מיט בטחון און אָן השתּדלות פֿאַרלאָזט זיך אויפֿן אָבינו שבשמיים און לאָזט אָפּ אָט די אַלע חנדלעך פֿון די גויים מיט זייערע קאָסמאָפּאָליטישע נאַפּאַדן, רחמנא לצלן, גאָט זאָל אָפּהיטן.

כאַפּט אַ קוק וואָס עס קומט אַרויס פֿון זיך שפּילן מיטן פּאָליגלאָטיזם בײַ די אומות העולם. צו וואָס האָט אונדז דערפֿירט דער אום־שמום מיט זײַנע פּרעטענציעס פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם (נאָך אַ פֿאַלשע אידעאָלאָגיע). תּורת משה איז געשריבן אויף לשון קודש און אַלע אַנדערע שפּראַכן זײַנען אַ פֿולקומער חילול־השם. די איבערזעצונג פֿון תּנ”ך אויף ענגליש פֿון יענעם סיינט דזשיימס איז דאָך אַ לעסטערונג פֿון זײַן ליבן נאָמען, אַ פֿאַרביליקערונג פֿון גאָטס וואָרט. נאָר מיר, די קינדער פֿון ישׂראל, קענען פֿאַרשטיין דעם גוואַלדיקן מעמד פֿון הר סיני מיט די צען געבאָט, די עשׂרת הדברות.

נו, און אַז מיר אַלע וועלן ווערן פּאָליגלאָטן, און אַפֿילו היפּערפּאָליגלאָטן, וועט די וועלט אויסזען שענער און בעסער? עם־יורדים וועלן מיר זײַן ווײַל אַנשטאָט לערנען די הייליקע תּורה וועלן מיר פֿאַרתּכלעווען די צײַט שטודירנדיק פֿרעמדע תּורות – דקדוק, פֿילאָלאָגיע, פֿרעמדע שפּראַכן, געצנדינערײַ. אין דער גמרא שטייט: „כל דבר שהוא כביצה – ביצה טובה ממנו‟ (יעדע זאַך וואָס איז אַזוי ווי אַן איי, איז די איי בעסער פֿאַר דער זאַך).

איר זאָגט אין אײַער ממש מסוכּנדיקן אַרטיקל, אַז אַ פּאָליגלאָט איז אַ מענטש וואָס קען שרײַבן און פֿאַרשטיין וואָס ער לייענט. פֿרעג איך אײַך, הער באַשיידענער פּאָליגלאָט, און שרײַבן בלשון הקודש, און ריידן לשון קודש און פֿאַרשטיין, פֿאַרשטיין (איר הערט?) פֿאַרשטיין אונדזער הייליקע תּורה, זײַט איר מסוגל? איר זײַט אפֿשר אַ פּאָליגלאָט אָבער צי זײַט איר נישט במחילה אויך אַן עם־הארץ? איר, פּאַניע מחבר, זעט מיר אויס צו זײַן פֿון יעקישן אָפּשטאַם. אײַער נאָמען: שיין + טוך, מיינט דאָך טוך = אַ וואָלענער ווייכער געוואַנט, אַן אַלט דײַטשער טערמין. אַפֿילו בעתן אומקום, אין טערעזיענשטאַט האָבן מיר באַמערקט ווי שווער עס איז געווען פֿאַר דײַטשע ייִדן, די בירגער פֿונעם קולטורעלסטן פֿאָלק אין אייראָפּע, ווי שווער עס איז זיי אָנגעקומען לערנען לשון קודש. אין טערעזינשטאַט האָבן די דײַטשן צונויפֿגעקליבן די ייִדן פֿון מערבֿ־אייראָפּע, קינסטלער, מוזיקער, דענקער און נאָך אַזעלכע חסידים פֿון היפּערפּאָליגלאָטיזם, און איך האָב געטראָפֿן אַ קאַריקאַטור אין אַרכיוו פֿון טערעזיענשטאַט, אַ צייכענונג וווּ מע זעט אַ ייִד פֿון דײַטשלאַנד זיצט אין דער ביבליאָטעק פֿון טערעזיענשטאַט און פֿאַר אים ליגט אַ בוך צו לערנען העברעיִש. דער ייִד איז רויט פֿון אָנשטרענגונג און מע זעט ווי ער לײַדט, ער זאָגט אויף דײַטש: „שוין צען מאָל אָנגעהויבן זיך לערנען העברעיִש‟. דער פֿאַרטרעטער פֿון קאָסמאָפּאָליטיזם און פֿון אידעאַליסטישן פּאָליגלאָטיזם, איז נישט מסוגל געווען צו לערנען לשון קודש און געבליבן שטעקן.

חשובֿער באַשיידענער פּאָליגלאָט, הער שיינטוך, עס וועט נישט העלפֿן — דאָס וואָס גייט זיך פֿונאַנדער אין דער ברייט דרינגט נישט אַרײַן אין דער טיף. לערנען תּורה איז די בעסטע סחורה. והא ראיה:

ווען אָט דער דײַטשער ייִד איז געקומען ווי אַן עולה קיין ישׂראל אין די דרײַסיקער יאָרן, און אַנטלאָפֿן פֿון אַדאָלף גיטלער, האָט ער יאָרן שפּעטער נאָך אַלץ נישט פֿאַרשטאַנען קיין פּשוטן העברעיִש, שוין אָפּגערעדט פֿון לשון קודש.

די העברעיִשע שפּראַך איז אַלט 3,200 יאָר און דער דײַטש פֿון משה רבינוס גלויבן אין ארץ ישׂראל פֿאַרפּלאָנטערט זיך מיטן העברעיִש. דער ישׂראלדיקער הומאָר האָט עס גלײַך אויפֿגעכאַפּט און פֿאַרפֿיקסירט דעם פּראָבלעם אין אַ ריי מעשׂהלעך וועגן יעקעס: מעשׂה נומער איינס: „אַ נײַער אימיגראַנט, אַן עולה פֿון דײַטשלאַנד אין די דרײַסיקער יאָרן, וויל מיטן גאַנצן האַרצן ווערן אַן ישׂראלי. ער וווינט אין חיפֿה און פֿאָרט מיטן אויטאָבוס ווי אַלע ישׂראלים. זעט ער אַ מאָדנעם מנהג: דער אויטאָבוס, איידער ער שטעלט זיך אָפּ אויף אַ סטאַנציע, עפֿנט דער קאָנדוקטאָר די טירן, דער פּאַסאַזשיר וואָס שטייט לעבן דעם אַרויסגאַנג גייט אַראָפּ אַ טרעפּל ביז די אָפֿענע טיר פֿון פֿאָרנדיקן אויטאָבוס וואָס האָט זיך נאָך נישט אָפּגעשטעלט, גיט אַ לײַכטן שפּרונג אויף דער גאַס פֿון נאָך אַלץ פֿאָרנדיקן אויטאָבוס, בייגט אַ ביסל צוריק דעם גוף און גיט אַ פּאָר טריטעלעך ביז ער שטעלט זיך אָפּ, צוזאַמען מיטן אויטאָבוס.

אַז דער יעקע, דער נײַער עולה, זעט דאָס, וויל ער אויך מאַכן די קונץ: שטעלט ער זיך אַוועק אויפֿן לעצטן טרעפּל לעבן דעם אַרויסגאַנג, און ווען דער קאָנדוקטאָר עפֿנט די טיר, נאָך איידער דער אויטאָבוס שטעלט זיך אָפּ, וויל דער יעקע אויך אַ שפּרינג טאָן ווי אַ ישׂראלדיקער מענטש. דער קאָנדוקטאָר כאַפּט זיך אַז אָט דער פּאַסאַזשיר וואָס וויל אַ שפּרונג טאָן, איז אַ יעקע, אַן עולה חדש – וואָרנט ער אים: „לא לקפּוץ‟, שפּרינגט נישט. דער יעקע האָט שוין אַ שפּרונג געטאָן, נייגט דעם גוף אויף אַ הינטער, גיט אַ פּאָר טריטעלעך און שטעלט זיך אָפּ. אָבער די ווערטער פֿון קאָנדוקטאָר האָט ער דערהערט… קומט ער אַהיים און דערציילט זײַן פֿרוי: „מאַטילדע, אין דײַטשלאַנד האָט מען מיר גערופֿן ׳יעקע׳, דאָ רופֿט מען מיר ׳לאָליק׳.‟

מעשׁה נומער צוויי: סאַנקטאַ סימפּליציטאַס. דער זעלבער יעקע, שוין פֿופֿציק יאָר אין לאַנד, קומט אויף אַ קולטור־פֿאַרזאַמלונג פֿון דער בני ברית סעקציע איין צענטראַל אייראָפּע… בײַ דער טיר שטייט אַ וועכטער, פֿרעגט מען אים: „צי האָט איר געבראַכט מיט זיך געווער?‟ ענטפֿערט דער יעקע: „איך האָב נישט געוווּסט אַז מע דאַרף ברענגען.‟

בילדונג, הויכע קולטור, זײַן מיט אומות העולם גלײַך, פֿון צו פֿיל בילדונג ווערט אַזאַ מין יעקע אײַנגעבילדעט מיטן קאָפּ טיף אין דער בילדונג זײַנער און ווערט אָפּגעפֿרעמדט אויף אַזוי פֿיל אַז ער איז שוין נישט מסוגל פּאָלובען די אייגענע ייִדישע קולטור מיט דער העברעיִשער שפּראַך צוזאַמען. דער ישׂראלדיקער הומאָר וועגן יעקעס איז נאָר אַ בײַשפּיל פֿאַר אַלע משׂכילים וואָס נאַשן בײַ פֿרעמדע, און וווּ עס קומט צו די אייגענע ווערטן זײַנען זיי טוריסטן אין זייער אייגענעם לאַנד.

דער וואָס איז אַרײַנגעוואַקסן מיטן קאָפּ אין אַ פֿרעמדער קולטור, וועט שוין פֿון איר נישט אַרויסקריכן. דער דערמאָנטער יעקע האָט אַ שוועריקייט צו אונטערשיידן אַ סמך פֿון אַ זין, און אַ בית פֿון אַ פֿיי, און דאַן ווערט ער נתפּעל פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, נאָך פֿופֿציק יאָר זײַן אַ תּושבֿ אין לאַנד ישׂראל. אַנומלט דערציילט ער זײַנעם אַ חבֿר, אַ נײַ געקומענעם, וואָס פֿאַר אַ וווּנדערלעך שיינע שפּראַך העברעיִש איז. ער זאָגט: „וווּנדער איבער וווּנדער, איין וואָרט אויף העברעיִש און אַזוי פֿיל באַטײַטן!‟

דער יעקע דערציילט זײַן חבֿר און זאָגט אים: „נעם, למשל, דעם העברעיִשן וואָרט ‘זייפֿעל’ (און מיינען מיינט ער דרײַ ווערטער מיט איין מאָל: ספֿל – אַ קופֿליק; סבֿל – יסורים; און זבל – מיסט). ווי רײַך דאָס וואָרט איז — אַ קופֿליק וואָס אויב דו טרינקסט אין אים אַ משקה מיט מיסט — האָסטו געהאַקטע יסורים. דאָס איז ממש אַ פּסיכאָדעליש וואָרט.‟

הקיצור הדבֿר, אײַער בן גוריון איז געווען די קאַטאַסטראָפֿע פֿאַרן חינוך אין הייליקן לאַנד. ער האָט געקרוינט דעם תּנ”ך און פּירושים ווי דאָס איינציקע בוך וואָס האָט אַ האַפֿט פֿאַרן פֿאָלק ישׂראל, און האָט פֿאַרבראַקירט די גמרא מיטן תּלמוד צוזאַמען, און אַלץ וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין גלות. בן גוריון איז געווען ממש אַ כּנעני, ווײַל ער אַליין איז נישט געווען מסוגל צו טראַכטן אַבסטראַקט. אין פּלאָנסק האָט ער געלערנט גמרא, אָבער נישט פֿאַרשטאַנען איר לאָגיק – איז ער אַוועק קיין פּוילן מאַכן מאַטורע און שפּעטער זיך געפּאָרעט אין לאָנדאָן בײַ פֿרעמדע ביכער־געשעפֿטן אײַנצוקויפֿן די שריפֿטן פֿון די גריכישע פֿילאָסאָפֿן, די חכמי אתונה, מיט וועלכע ער איז געוואָרן אַ נאַשבראַט.

אָט דער בן גוריון איז אַוועק אויפֿן וועג פֿון אײַערע פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן וואָס ווייסן מער און מער וועגן ווייניקער און ווייניקער, און אונדזער לשון קודש איז געוואָרן אַ לשון קוילעטש, און אַן עליו השנאָבל רחמנא לצלן.

כאַפּט הײַנט צען דורכגייער אין אַ גאַס אין תּל-אָבֿיבֿ, אָדער אַפֿילו אין ירושלים, און גיט זיי אַ געדרוקט זײַטל אויף העברעיִש און הייסט זיי לייענען — וועט איר בײַזײַן אַ ספּעקטאַקל. וואָס זאָג איך אַ ספּעקטאַקל — אַ גאַנצן ספּעקטאַק — פֿון אַ פֿאָלק פֿון אַנאַלפֿאַבעטן וואָס לייענען אַ שפּראַך אָן פּינטעלעך און פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין אַ לאַבירינט פֿון אַ שפּראַך וואָס איז אַלט 3,200 יאָר. איז וואָס טויג אײַך אײַער פּאָליגלאָטיזם, בײַ אַ פֿאָלק וואָס זײַן אייגענע שפּראַך קען ער נישט פּאָלובען?!

די צרה מיט אײַער פּאָליגלאָטיזם איז וואָס דער אידעאַל צו שוועבן וואָס ווײַטער און ברייטער אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דער וועלט האָט אײַך, די שטאָלצע פּאָליגלאָטן, פֿאַרפֿירט אין בויבעריק אויפֿן חשבון פֿון פֿאַרשטיין די אייגענע לשון קודש שפּראַך אין דער טיף.

פּאַניע מחבר, דער אמת איז אַז איר זײַט אַ טרייפֿענער משׂכּיל וואָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ באַשיידענעם פּאָליגלאָט; בענעדיקטוס שפּינאָזע איז אַ קאַרליק אַנטקעגן אײַך…

אני הקטן, חיים מאָנאָגלאָט