[לכתּחילה געדרוקט דעם 28סטן אויגוסט 1908]
דער אַרבעטער־רינג איז געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. פֿאַרלייגט אין 1900, איז ער געווען אַ המשך פֿון דער „אַרבעטער־רינג געזעלשאַפֿט‟, געגרינדעט דורך אַ גרופּע רעקל־מאַכערס אין 1892. דער אַרבעטער־רינג האָט געהאָלפֿן ייִדישע אימיגראַנטן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּאָגראָמען אין מיזרח־אייראָפּע.
כאָטש זײַנע טעטיקייטן זענען געווען מערסטנס עקאָנאָמישע (געלט פֿאַר די אַרבעטלאָזע; געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿרײַ פֿון אָפּצאָל; לעבנס־פֿאַרזיכערונג), האָט דער אַרבעטער־רינג אויך געדינט ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע. די וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די אַלטע היים האָבן ניט בלויז פֿאַרלוירן זייער עקאָנאָמישע זיכערהייט, נאָר אויך זייערע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען. אָרגאַניזאַציעס ווי דער אַרבעטער־רינג האָבן געשטרעבט צו העלפֿן די נײַ־געקומענע ייִדן צו אַנטוויקלען נײַע געזעלשאַפֿטלעכע מעגלעכקייטן אין אַמעריקע.
ווי עס שטייט אין דער מעלדונג אויבן, האָט מען זונטיק, דעם 6טן סעפּטעמבער 1908, לכּבֿוד דעם אַמעריקאַנער אַרבעטער־טאָג „לייבאָר דיי‟, אָרגאַניזירט אַ פּיקניק פֿאַר די ייִדישע אַרבעטער אין אָלמער־פּאַרק, ברוקלין וווּ עס וועלן שפּילן „צוויי בענדס‟ [קאַפּעליעס]. בילעטן: 15 סענט.
כּדי צוצוציִען אַן עולם שטייט אויך אַז אויף אַ פֿריִערדיקן פּיקניק פֿון אַרבעטער־רינג, אין יולי, זענען געקומען איבער 6,000 מענטשן, וואָס האָבן „אין איין קול געזאָגט אַז אָלמער־פּאַרק איז דער בעסטער, באַקוועמסטער פּאַרק צו אַמוזירן זיך‟.
אָלמער פּאַרק האָט זיך געפֿונען אין גרייווסענד, ברוקלין, לעבן דער 44סטער ביי גאַס און האַרווי. צום סוף איז ער אָבער צעשטערט געוואָרן כּדי צו בויען דאָרט בנינים. דער נאָמען פֿונעם פּאַרק איז אָבער פֿאַרבליבן ביז הײַנט, אַ דאַנק דעם „אָלמער־פּאַרק‟ צווײַג פֿון דער ברוקלינער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.