טיף אין ברוקלין, אין דער געגנט מיל בייסין, וווּ די בנינים זעען אויס כּמעט אידענטיש און אַ ביסל מאָנאָטאָן, שטייט כּמעט באַהאַלטן אַ טשיקאַווער מוזיי. ער אַנטפּלעקט זיך נאָר פֿאַר יענע, וואָס זוכן אים טאַקע.
דער עמוד אש אָנדענק־מוזיי גיט זיך אָפּ מיטן חורבן, און בפֿרט מיט די פֿרומע קרבנות פֿונעם חורבן. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי האָבן נישט איינער פֿון די שוין עקסיסטירנדיקע מוזייען געקענט געפֿינען אַן אָרט צו דערמאָנען און אָפּצוגעבן כּבֿוד אָט די באַפֿעלקערונג? בעת דעם טור פֿונעם מוזיי, דערוויסט מען זיך דעם ענטפֿער: די פֿרומע קהילה האַלט אַז די אַנדערע מוזייען קענען דעם אָנדענק טאַקע נישט אַדעקוואַט באַהאַנדלען.
די אויסשטעלונג „אַ טײַערע מתּנה — דער נס פֿון שאַנכײַ‟, למשל, דערציילט ווי די גאַנצע מירער ישיבֿה איז געראַטעוועט געוואָרן דורך איר רבֿ, וואָס האָט בײַ דעם יאַפּאַנישן קאָנסול טשיונע סוגיהאַראַ געבעטן וויזעס. אויפֿן טור קען מען זען די השפּעה פֿונעם חורבן אויפֿן רעליגיעזן לעבן און אויף די קהילות אין יענער טונקעלער צײַט פֿון דער מענטשהייט. אָבער דער צוגאַנג וואָס ווערט באַנוצט — אין דער איצטיקער אויסשטעלונג וועגן ייִדן אין שאַנכײַ, למשל — איז אַ פּערזענלעכער. דער אַרײַנפֿיר צו דער אויסשטעלונג ווערט פּרעזענטירט דורך דער געשיכטע פֿון אַ מיידל, וואָס האָט זיך טאַקע געראַטעוועט, און דער באַזוכער קען באַוווּנדערן אירע צאַרטע הילצערנע צאַצקעס.
אַ מאָל קען דער צוגאַנג װערן נאָך פּערזענלעכער, אויב די משפּחה־געשיכטע פֿונעם באַזוכער איז אַלײן ענג צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער געשיכטע פֿון יענע מענטשן װאָס װערן אָפּגעשפּיגלט אין דער אויסשטעלונג. אַזוי האָט איין באַזוכערין, וואָס איז געווען מיט אונדז אויף דעם טור, טאַקע געפֿונען איר טאַטנס נאָמען אויף דער רשימה פֿון די שאַנכײַ־וויזעס. דער דאָזיקער פּעדאַגאָגישער צוגאַנג — איבערגעבן די געשיכטע דורך דער איבערלעבונג פֿון איין מענטש — איז אַ מעטאָד, וואָס איז די טעג שטאַרק פֿאַרשפּרייט בײַ די חורבן־מוזייען יד־ושם אין ירושלים און דעם נאַציאָנאַלן חורבן־מוזײ אין וואַשינגטאָן. יד־ושם האָט זיך אײַנגעהערט צו דער פֿרומער מיינונג וועגן דער פּערמאַנענטער אויסשטעלונג אין זייער מוזיי, אָבער דער קאַמף אין ישׂראל צו אָנערקענען די פֿרומע ווי אַ טייל פֿון די ייִדישע חורבן־קרבנות איז געווען אַן אָנגעווייטיקטער, צוליב בײדע צדדים, סײַ די פֿרומע סײַ די נישט־פֿרומע. מע האָט נישט פֿאַרשטאַנען, למשל, אַז דאָס האַלטן זיך פֿרום אין אַזאַ צײַט איז אַליין אַ ווידערשטאַנד, פּונקט אַזוי חשובֿ ווי דאָס פֿיזיש אָדער אינטעלעקטועל זיך אַנטקעגנשטעלן די נאַציס.
איינער פֿון די עקספּאָנאַטן איז אויפֿן ערשטן בליק נישט אַזוי אימפּאָזאַנט — ס׳זעט אויס ווי אַ קליין, דין ביכל — אָבער איז טאַקע אַן אויסערגעוויינטלעך ביכל, וואָס הייסט „תּלפּיות‟. נאָכן אַריבערגיין איבער דער אינטערנאַציאָנאַלער דאַטע־גרענעץ האָבן די פּליטים אין שאַנכײַ נישט געוווּסט גענוי ווען אָנצוהייבן שבת און יום־טובֿ. צוליב דעם האָבן זיי זיך אַן עצה געהאַלטן מיט רבנים פֿון איבער דער גאָרער וועלט. די בראָשור פֿאַראייניקט תּשובֿות פֿון אַ סך רבנים אין שייכות מיט דעם ענין. דאָס וואָס קען אויסזען מאָדנע בײַ טייל מענטשן, איז געווען נייטיק פֿאַר אַנדערע.
די אויסשטעלונג וועגן שאַנכײַ וועט איצט געבראַכט ווערן איבער גאַנץ צפֿון־אַמעריקע. ווען איך בין צוריקגעפֿאָרן קיין מאַנהעטן, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל אַז דער דאָזיקער מוזיי ליגט נישט נאָר בײַם עק פֿון ברוקלין, נאָר אויך בײַ דעם עק פֿון אַן אַנדער וועלט — דער פֿרומער.
דער צווייטער טייל פֿון אונזער באַזוך איז געווען אַ טור פֿונעם אַרכיוו און מאַגאַזין פֿונעם מוזיי. די זאַמלונג באַשטייט פֿון ביכער, זכרונות, טשעמאָדאַנעס פֿון געטאָס, צייכענונגען, מאַטעריאַלן, מעדאַלן, פֿאַרשידענע חפֿצים װאָס די שארית־הפּליטה האָבן געבראַכט קיין אַמעריקע אָנצוהייבן פֿון ס׳נײַ. איין זייער רירנדיקע זאַך וואָס מע געפֿינט דאָרטן איז אַ חופּה וואָס דער אַמעריקאַנער רבֿ הערשל שעכטער האָט געבראַכט קיין בוכענוואַלד נאָך דער באַפֿרײַונג. מע האָט דאָרטן געשטעלט אַ סך חופּות ווײַל די לעבן געבליבענע האָבן געוואָלט אויפֿבויען אַ נײַ לעבן. הרבֿ שעכטער האָט עס געשאָנקען דעם מוזיי מיטן תּנאַי אַז אויב די קינדער אָדער אייניקלעך פֿון יענע פּאָרפֿעלקער ווילן דאָס באָרגן אויף זייערע אייגענע חתונות — מעגן זיי. מע האָט עס שוין אַ סך מאָל געניצט. אינעם מוזיי געפֿינט מען אויך עקספּאָנאַטן װעלכע האָבן אַ מאָל געהערט צו די נאַציס, כאָטש מע ווײַזט זיי ניט אין קיין אויסשטעלונג. טייל מאָל באַקומט דער מוזיי זייער מאָדנע אָנבאָטן צו פֿאַרקויפֿן איינעם פֿון די עקספּאָנאַטן; דאַן מוז מען זיי אויפֿקלערן װאָס איז דער אמתער ציל פֿון אַן אָנדענק־מוזיי.
־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־
קאַדיע צילקע איז אַ דאָקטאָראַנדקע פֿונעם טעכנישן אוניווערסיטעט אין בערלין, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿאָרשונג פֿון אַנטיסעמיטיזם. זי פֿאָרשט וועגן די ייִדישע שריפֿטן פֿונעם זאָנדער־קאָמאַנדאָ אין אוישוויץ.
וועראָניקאַ לאַפּוצקאַ איז אַ דאָקטאָראַנטקע אין דער פּוילישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע און אַרבעט אויפֿן פּראָיעקט פֿון די בעל־פּה גבֿית־עדותן פֿון די ווײַסרוסישע חורבן־קרבנות בײַם מוזיי פון געשיכטע און קולטור פון רײַסישע ייִדן און דעם חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.