הײַנט קומט פֿאָר אין דער וועלט אַ גאַנצע כוואַליע דעבאַטעס אַרום די פֿרויען, וואָס באַשולדיקן פֿאַרשיידענע באַקאַנטע און מערקוועדיקע פּערזענלעכקייטן אינעם סעקסועלן טשעפּען זיך צו זיי אויף אומדערלאָזלעכע אופֿנים.
דעם 26סטן סעפּטעמבער, אַ וואָך איידער דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס האָט גוטגעהייסן דעם פּראָמינענטן אַדוואָקאַט ברעט קאַוואַנאָ ווי אַ ריכטער אינעם העכסטן געריכט, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ פֿאַרטיידיקט די באַשולדיקונגען קעגן אים און געמאָלדן, אַז מע טאָר נישט סתּם אַזוי, אָן קיין קלאָר־דערוויזענע ראַיות, גלייבן אין עמעצנס באַשולדיקונג־מעשׂיות.
אינעם איצטיקן פּאָליטישן קלימאַט, ווען אין די הויפּטשטראָמיקע אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן ווערן כּסדר באַהאַנדלט אַזעלכע ענינים, מוזן די זשורנאַליסטן גוט באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ די פּראַקטישע און טעאָרעטישע יסודות פֿון זשורנאַליסטישער עטיק און, ממילא, די גרענעצן פֿון דער אַזוי־גערופֿענער פּאָליטישער קאָרעקטקייט.
די אַמעריקאַנער רעכט פֿונעם פֿרײַען אויסדרוק זענען טאַקע ברייט, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער. אַפֿילו דעם ייִדישן חורבן מעג מען אין אַמעריקע, אין פּרינציפּ, אָפּלייקענען. פֿאַרשטייט זיך, וועט קיין חשובֿע אויסגאַבע אַזאַ שרײַבעכץ נישט פֿאַרעפֿנטלעכן, אָבער שרײַבן עקלדיקע זאַכן מעג מען. להיפּוך צו אייראָפּע, דראָט נישט פֿאַר דעם אין אַמעריקע קיין תּפֿיסה־טערמין. אין אַמעריקע, מעג מען אויך באַשולדיקן עמעצן אין סעקסועלע פֿאַרברעכנס בלויז אויפֿן סמך פֿון גרונטלאָזע קלאַנגען. פֿון דער היפּוכדיקער זײַט, מעג מען אויך פֿאַרשפּרייטן ראַסיסטישע אָדער סעקסיסטישע לאָזונגען, אויב מע טוט עס פֿאָרזיכטיק, מיט ריכטיקע „דיסקליימערס‟.
די אַמעריקאַנער געזעץ־סיסטעם דערלויבט צו שטיצן בכּתבֿ כּלערליי דעות, פֿון ראַדיקאַל פֿעמיניסטישע ביז פֿאַשיסטישע. חשובֿע אַמעריקאַנער אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן האָבן אָבער אַנטוויקלט אייגענע קאָנטראָל־מעכאַניזמען; צוליב זייער רעפּוטאַציע, וועלן זיי נישט פֿאַרעפֿנטלעכן אויסטערלישע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס אָדער קסענאָפֿאָבישע משוגעתן.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך דאָס? אויפֿן הינטערגרונט פֿון הויכע סעקסועלע און פּאָליטישע סקאַנדאַלן פֿאַרקוקט דער עולם יענע פֿאַלן, ווען די מחברים גנבֿענען איבער די אָנגענומענע גרענעצן פֿון לײַטישער זשורנאַליסטיק. דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט „איי־פּי‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם אומקום פֿונעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע, וווּ סטאַלין ווערט געשילדערט ווי אַ שותּף פֿון היטלער. די רוסישע מלוכישע אינסטאַנצן האָבן גערופֿן די נײַעס־אַגענטור צו פֿאַרריכטן דעם טעות, און „איי־פּי‟ האָט טאַקע געפֿאָלגט. אין דער פֿאַרראָכטענער ווערסיע שטייט געשריבן, אַז הגם דער ראַטן־פֿאַרבאַנד און נאַצי־דײַטשלאַנד האָבן געשלאָסן אַן אָפּמאַך אין 1939, זענען די לענדער געבליבן שׂונאים, און אַז במשך פֿון פֿיר יאָר האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געקעמפֿט קעגן די נאַציס צוזאַמען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד.
די ישׂראלדיקע צײַטונג „האָרץ‟ פֿאָלגט, געוויינטלעך, יאָ די סטאַנדאַרטן פֿון זשורנאַליסטישער עטיק. לכתּחילה האָט זי איבערגעדרוקט דעם אָריגינעלן אַרטיקל פֿון „איי־פּי‟, און דערנאָך מסכּים געווען עס צו בײַטן. מיט 10 טעג שפּעטער איז אין דער צײַטונג דערשינען אַ מיינונג־אַרטיקל פֿון עופֿר אַדרת, וועלכער קריטיקירט די פּאָליטיק פֿון רוסלענדישע אויסערן־אינסטאַנצן און פֿאַרטיידיקט דעם אָריגינעלן נוסח פֿונעם אַרטיקל. נאָך שטאַרקער האָט פֿאַרטיידיקט דעם אָריגינעלן נוסח לעאָניד בערשידסקי אין „בלומבערג‟.
אַז די רייד גייט וועגן היטלער און סטאַלין, איז טאַקע קלאָר, אַז זיי ביידע זענען געווען שרעקלעך פֿינצטערע פֿיגורן. דעם אָפּמאַך צווישן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און נאַצי־דײַטשלאַנד האָבן שאַרף קריטיקירט פֿאַרשיידענע לינקע פּאַרטייען און אָרגאַניזאַציעס אַרום דער וועלט; זיי האָבן עס טאַקע באַטראַכט ווי אַ פּשרה מיטן דריטן רײַך, אַ פֿאַרראַט פֿון סאָציאַליסטישע אידעאַלן. פֿון דעסט וועגן, איז נישט ריכטיק צו שילדערן דעם אָנגעצויגענעם שטילשטאַנד צווישן די לענדער ווי אַ „שותּפֿות‟.
שפּעטער, וואָס מע זאָל נישט טראַכטן וועגן סטאַלינען, האָט די סאָוועטישע אַרמיי געליטן די גרעסטע פֿאַרלוסטן צווישן די אַליִיִרטע און פֿאַקטיש געוווּנען די מלחמה — פֿאַרשטייט זיך, מיט דער גרויסער הילף פֿון אירע שותּפֿים. צו איגנאָרירן דעם דאָזיקן פֿאַקט און צו באַשרײַבן סטאַלין ווי הילטערס אַ פֿרײַנד איז פּונקט אַזוי קרום, ווי די עקלדיקע רעוויזיאָניסטישע טעאָריעס וועגן דעם חורבן. פֿאָרט, איז סטאַלין יאָ געווען אַ בלוטיקער, אַכזריותדיקער טוער, דערפֿאַר קאָן מען פֿאַרשטיין דעם באַגער צו שילדערן אים ווי אַ „שותּף‟ פֿונעם נאַצי־פֿירער.
דעם 25סטן סעפּטעמבער איז אין „האָרץ‟ דערשינען אַן אַנדער מיינונג־אַרטיקל, פֿון מור אַלטשולער, באַטיטלט „דער רוסישער בער האָט זיך אומגעקערט אינעם מיטל־מיזרח צו סטראַשען מדינת־ישׂראל‟. די מחברטע דערקלערט, אַז „די רוסן זענען אַ פּראָבלעם‟. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ד״ר אַלטשולער איז אַ באַקאַנטע פֿאָרשערין פֿון קבלה, חסידות און ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. אירע פֿאָרשונגען האָבן אונדז, בלי־שום־ספֿק, געהאָלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די געשיכטע פֿון דער חסידישער שיטה אין ייִדישקייט. אין דעם פֿאַל קלינגט איר אַרטיקל אָבער גראָב קסענאָפֿאָביש.
שטעלט זיך פֿאָר, במחילה, אַז אַ הויפּטשטראָמיקע אַמעריקאַנער צײַטונג זאָל שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דער „סכּנה‟ פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז אַזאַ ראַסיסטישע פֿראַזע וואָלט מען בכלל דערלאָזט דרוקן. אַ שרײַבעכץ מיטן קעפּל „היסטערישע פֿרויען לאָזן נישט די מענער לעבן‟ וואָלט, מסתּמא, אַפֿילו טראָמפּס בעסטע שטיצער נישט אָפּגעשאַצט. נאָך אַ מעגלעכער טיטל, שטעלט זיך פֿאָר: „ייִדישע חזירים פּײַניקן די פּאַלעסטינער‟. אַז מע מעג רופֿן די רוסן אַ „מסוכּנער בער‟, איז אַזאַ „מליצהדיק‟ לשון אויך כּשר, אַנישט?
פֿאַרוואָס זשע דרוקט מען בפֿירושע קסענאָפֿאָביע אין אַ באַקאַנטער צײַטונג, וואָס האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ פּאָליטיש קאָרעקטער און אַן עטיש אויסגעהאַלטענער? ס׳איז וויכטיק צו באַטראַכטן פֿון ס׳נײַ די יסודות פֿון זשורנאַליסטיק. סאַנקציעס קעגן געוויסע לענדער, זאָל עס זײַן איראַן צי רוסלאַנד, זענען נישט קיין תּירוץ פֿאַר עקלדיקע ווערטער קעגן זייער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.