אַ נײַע שטודיע גיט אָנצוהערן, אַז די ייִדן וואָס לייגן תּפֿילין בײַם דאַוונען שטאַרקן דערבײַ דאָס האַרץ.
לויט אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם סינסינאַטער אוניווערסיטעט, געניסן די ייִדן וואָס לייגן תּפֿילין פֿון אַ געזינטערן האַרץ, ווײַל די לעדערנע רימענס פֿאַרקלערן אויף אַ קורצער צײַט די צאָל זויערשטאָף־קעמערלעך, וואָס דער האַרצמוסקל באַקומט. דאָס דינט, אַ פּנים, ווי אַ מין פֿיזישע געניטונג, ווײַל דאָס האַרץ נעמט קלאַפּן שטאַרקער און במילא איז דאָס געזינטער.
אַזוי ווי מיט פֿיזישע געניטונגען, קען דאָס לייגן תּפֿילין פֿאַרשטאַרקן דאָס האַרץ אינעם פֿאַל פֿון אַ האַרצאַטאַק, ווען אַ טייל פֿונעם אָרגאַן באַקומט ניט גענוג זויערשטאָף. בעת אַ האַרצאַטאַק ווערט דער מוסקל צום־מערסטנס באַשעדיקט, ווען עס באַקומט מיט אַ מאָל אַ סך זויערשטאָף נאָכן ווערן אַ געוויסע צײַט באַרויבט פֿון אים. דאָס לייגן תּפֿילין קען, אַ פּנים, „טרענירן‟ דאָס האַרץ צו פֿונקציאָנירן פֿלינקער, ניצנדיק ווייניקער בלוט און זויערשטאָף.
די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע זענען לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון האַרץ און צירוקולאַציע־פֿיזיאָלאָגיע‟..
ד׳׳ר דזשעק רובנשטיין, דער הויפּט־מחבר פֿונעם אַרטיקל, האָט געזאָגט דעם סינסינאַטער אוניווערסיטעט: „מיר האָבן אַנטדעקט, אַז די וואָס טראָגן תּפֿילין, צי אויף אַ קורצער צײַט, צי אויף אַ לענגערער צײַט, געניסן פֿון אַ פֿאַרבעסערטן בלוטשטראָם. אַז דאָס בלוט פֿליסט בעסער, האָט דער פּאַציענט אַ בעסערן רעזולטאַט אין פֿאַל פֿון אַ האַרצאַטאַק.‟
פֿריִערדיקע שטודיעס אין ישׂראל האָבן אויך געוויזן, אַז בײַ פֿרומע ייִדישע מאַנצבילן איז קלענער די ריזיקע פֿון שטאַרבן פֿון האַרץ־פּראָבלעמען ווי בײַ ניט־פֿרומע מענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.