דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק, דעם 6טן מרחשוון (דעם 15טן אָקטאָבער), האָבן די מתפּללים פֿון דער ירושלימער שיל „בית הכּנסת החורבֿה‟ אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט פֿון איר גרינדער, רבי יהודה החסיד.
אַ טייל ייִדן מיינען, אַז דער דאָזיקער רבֿ איז געווען דער זעלבער רבי יהודה החסיד, וועלכער האָט אָנגעשריבן דעם באַרימטן „ספֿר חסידים‟ אינעם 12טן יאָרהונדערט, נאָר דאָס איז אַ טעות. (דער יאָרצײַט פֿון דעם גרויסן מחבר פֿאַלט אויס מיט אַ וואָך שפּעטער — דעם 13טן מרחשוון אָדער דעם 21סטן אָקטאָבער.)
אינטערעסאַנט איז וואָס די צוויי רבנים האָבן נישט בלויז דעם זעלבן נאָמען, נאָר דערמאָנען ביידע אויך אין געוויסע שטריכן פֿון אָבֿרהם אָבֿינו – דער הויפּטהעלד פֿון דער הײַנטיקער פּרשה.
אַזוי ווי אַבֿרהם, דער ערשטער צווישן די אָבֿות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז דער מחבר פֿון „ספֿר חסידים‟ געווען צווישן די אָבֿות פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט. דער צווייטער רבי יהודה החסיד, אַ פּוילישער ייִד פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, איז געווען אַ משיחישער וואַנדערער. געבוירן אין שעדליץ, פּוילן, בערך אין 1660, איז ער געווען אַן אַסקעט און אַ מיסטיקער, וואַנדערנדיק איבער מיזרח־אייראָפּע ווי אַ פֿאָלקס־מגיד, ביז זײַן פּערזענלעכע „לך־לך‟, אַ געטלעכע אינספּיראַציע, האָט אים גערופֿן עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל.
מיט עטלעכע טעג נאָכן אָנקומען, אין 1700, באַגלייט מיט אַ גרופּע פֿון אַ 500 ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן, איז דער יונגער רבֿ פּלוצעם ניפֿטר געוואָרן. די ירושלימער ייִדן האָבן זיך באַצויגן צו דער נײַע כוואַליע תּושבֿים מיט אַ גרויסן חשד ווײַל צווישן די נײַקומער זענען אויך געווען אויסגעשפּראָכענע שבתי־צבֿיניקער; זענען אַרומגעגאַנגען קלאַנגען, אַז רבי יהודהס משיחישער אימפּעט האָט אויך געהאַט צו טאָן מיט שבתי צבֿי.
כּדי אויפֿצובויען אַ שיל אין דער אומפֿרײַנדלעכער קהילה, האָבן רבי יהודהס נאָכפֿאָלגער געגעבן כאַבאַר די טערקישע מלוכה־באַאַמטע, און אָנגעהויבן באָרגן געלט פֿון די אָרטיקע אַראַבער ווײַל זיי האָבן אַליין נישט געהאַט גענוג געלט אָפּצוצאָלן די קרעדיטאָרן. אין 1721 האָבן די אויפֿגעבראַכטע קרעדיטאָרן פֿאַרברענט די שיל, און די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם שיל־פּראָיעקט זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין תּפֿיסה פֿאַרן נישט אָפּצאָלן די חובֿות.
ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם סקאַנדאַל, האָט די טערקישע רעגירונג פֿאַרווערט די אַשכּנזים צו וווינען בכלל אין ירושלים, אויב זיי ווילן נישט מקבל זײַן די ספֿרדישע מינהגים. קומט אויס, אַז אין דער אַשכּנזישער געשיכטע האָט דער־אָ מיסטישער וואַנדערער אָפּגעשפּילט אַ סתּירותדיקע ראָלע. פֿון דעסט וועגן, געדענקט מען אים אין ירושלים ווי אַ גרויסן צדיק.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צום פֿריִערן בעל־היאָרצײַט, רבי יהודה בן שמואל החסיד פֿון רעגנסבורג (1150-1217). פּראָפֿ׳ דוד כּ״ץ און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשער גלייבן, אַז די געגנט אַרום דער דאָזיקער בײַערישער שטאָט איז דאָס וויגעלע פֿון דער אַשכּנזישער עדה און איר שפּראַך — ייִדיש. רבי יהודה החסיד פֿיגורירט כּסדר ווי אַ באַרימטער בעל־מופֿת אינעם „מעשׂה־בוך‟ און פּאָפּולערע מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿאָלקס־לעגענדעס. עס קאָן אָבער זײַן, אַז „ספֿר חסידים‟ איז אַ קאָלעקטיוו ווערק פֿון רבי שמואל החסיד; זײַן זון רבי יהודה — דער עיקר־מחבר — און רבי יהודהס תּלמיד רבי אלעזר פֿון וואָרמס, דער „בעל־הרוקח‟. אַלע דרײַ זענען געווען שליסל־פֿיגורן בײַ די חסידי־אַשכּנז, דעם מיטל־עלטערלעכן קרײַז פֿון דײַטשיש־ייִדישע מיסטיקער און אַסקעטן.
אַחוץ מיסטיציזם און אַסקעטיזם, גיט רבי יהודה החסיד אַ צאָל גאַנץ פּראַקטישע און באַלערנדיקע עצות. על־פּי הלכה, מעג אַ מאַן חתונה האָבן מיט זײַן אייגענער פּלימעניצע; צווישן די פֿאַרבאָטענע קרובֿים ווערט די טאָכטער פֿונעם ברודער אָדער שוועסטער נישט דערמאָנט. דער רמב״ם האַלט אַפֿילו, אַז ס׳איז אַ מיצווה, ווײַל ס׳איז בעסער אָנצוהאַלטן דעם משפּחה־ייִחוס.
להיפּוך, באַטאָנט רבי יהודה החסיד, אַז ס׳איז אַ קללה אַזוי צו טאָן. אַדרבה, אין זײַן „ספֿר חסידים‟ זאָגט ער, אַז ס׳איז בעסער מגייר צו זײַן אַ נישט־ייִדישע פֿרוי, וואָס האָט גוטע מידות, און מיט איר חתונה צו האָבן, איידער אַ „שלעכט‟ ייִדיש מיידל פֿון מיוחסדיקער משפּחה. אַ מין גײַסטיקער אוניווערסאַליזם, סימפּאַטיע צו ערלעכע און גלייביקע נישט־ייִדן, שפּילט בכלל אַ ממשותדיקע ראָלע אין זײַן שיטה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.