ייִדן האָבן געליטן פֿון כּלערלײ מינים דיסקרימינאַציע אין דער רוסישער אימפּעריע. די אַנטװיקלונג פֿון דער רוסישער װירטשאַפֿט אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט אָבער אויך געשאַפֿן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר אַן עקאָנאָמישן דערפֿאָלג. אַזױ װי אין אײראָפּע און אין אַמעריקע, זײַנען ייִדן אין רוסלאַנד כּסדר מצליח געװען אין נײַע צװײַגן פֿון אינדוסטריע און טעכנאָלאָגיע. למשל, ישׂראל בראָדסקי האָט זיך אונטערגענומען אױספֿאַרטיקן צוקער פֿון בורעקעס. די משפּחה כּהן (קאַהאַן) איז ניט געװען אַזױ רײַך װי די בראָדסקיס אָדער דער טײ־מאַגנאַט קלונימוס װיסאָצקי, אָבער זײ האָבן יאָ געהערט צו דער סמעטענע פֿון דער רוסיש־ייִדישער בורזשואַזיע פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע.
דער זײדע, חיים־משה בן נחמן כּהן (1850–1916), איז געבױרן געװאָרן אינעם אַלטן פּױליש־ייִדישן שטעטל אָרליע. צו דרײַצן יאָר האָט ער חתונה געהאַט און איז אַװעק װױנען אױף קעסט בײַ שװער־און־שװיגער קײן בריסק. לכתּחילה האָט ער האָט געהאַנדלט מיט הערינג, אָבער דערנאָך האָט ער זיך גענומען פֿאַר אַ נײַער סחורה, נאַפֿט. דער צענטער פֿונעם אַרױסבאַקומען נאַפֿט אין רוסלאַנד איז דעמאָלט געװען די שטאָט באַקו אױפֿן קאַספּישן ים. פֿון דאָרט האָט מען געליפֿערט נאַפֿט דורך אײַזנבאַנען און װאַסער איבער גאַנץ רוסלאַנד און אױך קײן אױסלאַנד.
חיים כּהן האָט געהאַט זיבן קינדער, און ער האָט פֿאַר זײ געמאַכט שידוכים סטראַטעגיש, מיט אַן אױג אױף אַנטװילקען זײַן געשעפֿט. חוץ באַקו, האָט געעפֿנט בראַנזשעס אין, סאַראַטאָװ, װילנע, װאַרשע, קאַטערינאָסלאַװ און פּעטערבורג. זײַן הױפּט־קאָנטאָר איז געװען אין כאַרקעװ, פֿון װאַנען ער פֿלעגט אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ רוסלאַנד. חיים כּהן איז געװען אַ פּראָסטער פֿרומער ייִד, װאָס האָט קױם געקענט רוסיש, אָבער זײַנע קינדער האָט ער געשיקט שטודירן אין מאָדערנע ייִדישע שולן אין דײַטשלאַנד. זומערצײַט פֿלעגט זיך די משפּחה צונױפֿקומען אין אײנעם פֿון די דײַטשישע באָד־קוראָרטן, װי עס האָבן דעמאָלט געטאָן ייִדישע גבֿירים.
אַזױ איז עס געװען אױך אין 1914. די ערשטע װעלט־מלחמה איז אויסגעבראָכן דעם 1טן אױגוסט, פּונקט װען די משפּחה כּהן איז געװען אױף װאַקאַציע אין דײַטשלאַנד. דעם דאָזיקן דראַמאַטישן מאָמענט האָט די דײַטשישע היסטאָריקערין װערענאַ דאָרן אױסגעקליבן פֿאַרן אָנהײב פֿון איר בוך, װאָס דערצײלט די געשיכטע פֿון דרײַ דורות פֿון דער משפּחה כּהן. די ערשטע װעלט־מלחמה האָט צעשפּאָלטן די משפּחה אױף דער העלפֿט. אײן טײל איז פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד, צװישן זײ —חײמס פֿרױ מלכּה, די אַנדערע האָבן זיך סוף־כּל־סוף דערקליבן קײן רוסלאַנד. די מלחמה איז געװען גוט פֿאַר חיימס געשעפֿט, װײַל די רוסישע מלוכה האָט זיך גענײטיקט אין נאַפֿט און ער איז אפֿילו געװען בכּוח צו שטיצן זײַן פֿרױ, קינדער און אײניקלעך אין בערלין.
די משפּחה כּהן פֿלעג זאָגן: „װאָס האָבן נאַפֿט און ביכער בשותּפֿות? בײדע ברענגען ליכט אין דער װעלט.‟ װי עס איז געװען פֿאַרשפּרייט בײַ רײַכע ייִדישע משפּחות אין מיטל־ און מיזרח־אײראָפּע, איז דער צװײטער דור געװאָרן פֿאַרטאָן אין פֿאַרלעגערײַ און קולטור. חיימס קינדער האָבן זיך באַטײליקט אין אַרױסגעבן און רעדאַגירן דעם פּעטראָגראַדער „טאָגבלאַט‟, און צום אָנדענק פֿון זײער טאַטן האָבן זײ געשאַפֿן דעם „חיים־פֿאַרלאַג‟, װאָס האָט אַרױסגעגעבן די װיכטיקע היסטאָרישע צײַטשריפֿט „העבֿר‟ אױף העברעיִש. אין 1917 זײַנען זײ געװאָרן שותּפֿים אין דעם באַרימטן װילנער פֿאַרלאַג „אלמנה און ברידער ראָם‟. אין בערלין האָט חיימס זון בענדעט געשאַפֿן דעם פֿאַרלאַג „ילקוט‟, װאָס האָט אַרױסגעגעבן סידורים, מחזורים, הגדות און אַנדערע ספֿרים און ביכער װעגן ייִדישקײט אױף לשון־קודש, העברעיִש, ייִדיש און דײַטשיש. אין ארץ־ישׂראל האָט די משפּחה אַרויסגעלאָזט די צײַטונג „הארץ‟.
װערענאַ דאָרן האָט דאָ געמאַכט אַ מוסטערהאַפֿטיקע אױסשעפּיקע פֿאָרשונג פֿון די פּריװאַטע און עפֿנטלעכע אַרכיװן אין דײַטשלאַנד, רוסלאַנד, פּױלן, ליטע, װײַסרוסלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע, אינטערװיויִרט די קינדסקינדער פֿון מלכּה און חיים כּהן. זי האָט באַזוכט צענדליקער שטעט און שטעטלעך, װעלכע זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש געװען פֿאַרבונדן מיט דער משפּחה. פֿון דעם אַלץ האָט זי געשאַפֿן אַ שפּאַנענדיקע היסטאָרישע דערצײלונג, װאָס אַנטפּלעקט די מאָדערנע תּקופֿה דורכן שפּאַקטיװ פֿון אײן רוסיש־ייִדישער משפּחה. יעדער פּרט פֿון זײער פּריװאַטן לעבן װערט דאָ אַרײַנגעפֿלאָכטן אין אַ ברײטערן היסטאָרישן לײַװנט. מען דערװוּסט זיך אי װעגן דער רוסישער אינדוסטריע, אי װעגן דער פֿרומער ייִדישער סבֿיבֿה אין בערלין, אי װעגן די צרות פֿון ייִדישע פּליטים, װאָס האָבן געמוזט אַנטלױפֿן פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע קײן דײַטשלאַנד; פֿון הילטערס דײַטשלאַנד קײן פֿראַנקרײַך, און װידער פֿון פֿראַנקרײַך בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע. און אויף יעדן אָרט וווּ די משפּחה איז אָנגעקומען, האָבן זײ געטאָן דרײַ זאַכן: געדונגען אַ דירה מיט אַ דינסט און געשאַפֿן אַ פֿירמע.
„די כּהנס פֿון באַקו‟ איז ממש ענציקלאָפּעדיש אין דעם קולטורעל־היסטאָרישן פֿאַרנעם. דער טאָן פֿונעם בוך איז באַטעמט מיט אַ ביסל נאָסטאַלגיע. מען זעט בפֿירוש, װאָס פֿאַר אַ גרויסן בײַטראָג האָבן ייִדישע אונטערנעמער געמאַכט אין דעם עקאָנאָמישן און קולטורעלן פּראָגרעס פֿון אײראָפּע. זײערע אױפֿטוען זענען אָבער ברוטאַל צעשטערט געװאָרן דורך די מלחמות, רעװאָלוציעס און דעם נאַציסטישן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.