עס טוט זיך אויף טיש און אויף בענק אויף דער ייִדיש-גאַס אין פּאַריז.
אַחוץ זײַנע כּסדרדיקע קלאַסן און וואַרשטאַטן אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש, האַלט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ אין אָרגאַניזירן אַ ייִדיש־וואָך אין גריכנלאַנד, וואָס, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי וועט ערשט פֿאָרקומען סוף־דעצעמבער, איז זי שוין אויספֿאַרקויפֿט.
דערצו, וועט דער פֿאַרלאַג בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ באַלד אַרויסגעבן נאָך אַ באַנד אין דער סעריע צוויישפּראַכיקע קעשענע־ביכלעך; אַן אָפּקלײַב פֿון אַבֿרהם רייזענס דערציילונגען אונטערן טיטל „דער ייִד וואָס האָט חרובֿ געמאַכט דעם טעמפּל‟ סײַ אויף ייִדיש סײַ מיט אַ נײַער פֿראַנצייזישער איבערזעצונג פֿון נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד.
אַחוץ דעם אַלעם אָרגאַניזירט דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ אויך אַ „מיני־פֿעסטיוואַל‟ פֿון ייִדישן טעאַטער, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 16טן נאָוועמבער און שבת, דעם 17טן נאָוועמבער. דעם ערשטן אָוונט פֿונעם פֿעסטיוואַל וועט מען פֿאָרשטעלן אַ פּיעסע באַזירט אויף מענדעלעס ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי‟ מיט שרון בר־כּוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי, אַניק פּרים־מאַרגוליס און וואַליע פֿעדטשענקאָ. די פּיעסע, באַגלייט מיט לעבעדיקער מוזיק, ווערט רעזשיסירט דורך שרון בר־כּוכבֿא. די פּיעסע הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז 14 אייראָס. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט: https://www.yiddishweb.com/1611-cabaret-mendele/.
שבת וועלן די זעלביקע אַקטיאָרן פֿאָרשטעלן דרײַ פּיעסעס פֿון שלום־עליכם און יצחק לייביש פּרץ. 3:00 נאָך מיטאָג וועט מען שפּילן שלום־עליכמס טראַגיקאָמעדיע „מיסטער בוים אין קלאָזעט‟. 5:00 נאָך מיטאָג וועט מען פֿאָרשטעלן י. ל. פּרצעס פּיעסע „ר’ נחמנקעס מעשׂיות‟ (רעזשי: שרון בר־כּוכבֿא) און 7:00 אין אָוונט וועט מען אינסצענירן אויסצוגן פֿון שלום־עליכמס „דאָס גרויסע געווינס‟ (רעזשי: שאַרלאָט מעסער).
נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט (17 אייראָ), באַזוכט: https://www.yiddishweb.com/1711-deux-classiques-en-trois-saynetes/.
די טעאַטער־פּלענער באַגרענעצן זיך נישט צום באַשריבענעם קליינעם סעזאָן. דער „טרוים־טעאַטער“ (אַזוי הייסט דער אַמאַטאָרישער טעאַטער־אַנסאַמבל פֿון „פּאַריזער ייִדיש־צענטער“) האָט זיך אונטערגענומען אַ לאַנגאָטעמדיקן פּראָיעקט: צוגרייטן אין משך פֿון צוויי יאָר די פּיעסע „דזשייקאָב דזשייקאָבסאָן“, פֿון אַהרן צייטלין. אין דער פּיעסע טרעט אַרויס אַ גרעסערע צאָל פּאַרשוינען. מע זוכט אַקטיאָרן אויסצוברייטערן די טרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.