פֿונעם 7טן ביזן 14טן אָקטאָבער 2018 איז פֿאָרגעקומען דער דריטער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין בוקאַרעשט — אייגנטלעך דער איינציקער פֿעסטיוואַל אַזאַ אין דער וועלט הײַנט צו טאָג. דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אַ דאַנק דעם מלוכישן סטאַטוס פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס ווערט אויסגעהאַלטן דורך דער מדינה.
מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען געענדיקט רעמאָנטירן דעם פֿיר־שטאָטיקן בנין, מיט אַלע נייטיקע אײַנריכטונגען. איצט האָבן זיי אַ סטאַבילן אַנסאַמבל, אַ קאַפּעליע מוזיקערס, און אַן אַרומנעמיקע טעכנישע און אַדמיניסטראַטיווע מאַנטשאַפֿט. אַ גרויסן ייִשר־כּוח קומט דערפֿאַר מאַיאַ מאָרגענשטערן, די דירעקטאָרין פֿון טעאַטער, און קריסטינאַ מאָהאַן, איר רעכטער האַנט, וועלכע פֿירט אָן מיט דער טעגלעכער טעטיקײט. דער יונגער רעזשיסער, אַנדריי מונטעאַנו, האָט הויכע קינסטלערישע שטרעבונגען צו באַקעמפֿן דעם קאָנפֿאָרמיזם וואָס איז אַזוי פֿאַרשפּרייט אין דער טעאַטער־וועלט בכלל.
ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע דורכפֿירן אַ קאָ־פּראָדוקציע צווישן די ניו־יאָרקער פֿאָלקסבינע מיטן בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכישן טעאַטער. די פּיעסע „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟ פֿון יצחק באַשעוויס זינגער, אינסצעניזירט דורך דוד ליכט און רעזשיסירט דורך מאָטל דידנער, האָט דערוועקט אַ גרויסן אינטערעס בײַם עולם. די פֿאָרשטעלונג איז אַמיינסטנס געבויט אַרום דעם טעקסט, איידער אַרום געזאַנג און טענץ, אָבער דער פֿעיִקער קלאַרינעטיסט זיסל סלעפּאָוויטש האָט מיט פּאַסיקע, פֿילפֿאַרביקע טענער באַשײַנט דעם איבערגאַנג פֿון איין דערציילונג צו דער צווייטער.
מונטעאַנו האָט פֿאָרגעשטעלט דעם ספּעקטאַקל „מאַריענבאַד‟, באַזירט אויף שלום־עליכמס ראָמאַן, בעת די „חומש־לידער‟ פֿון איציק מאַנגער איז אויסגעפֿירט געוואָרן דורכן ייִדישן מלוכישן טעאַטער פֿון פּוילן. ישׂראל איז געווען פֿאַרטראָטן מיט דער פּיעסע „הערצל‟ פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. צווישן די מוזיקאַלישע אַרויסטרעטונגען איז ווערט צו דערמאָנען דעם פֿראַנצייזישן טריאָ „מיש־מאַש‟, וואָס האָט יעדן אָוונט, אונטערן פֿרײַען הימל, אויפֿגעפֿירט פֿײַנע כּליזמר־ און ציגײַנערישע מוזיק.
דער שוואַכסטער פּונקט אויפֿן טעאַטער־פֿעסטיוואַל איז געווען דאָס וואָס מע זעט בײַ ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע טעאַטער־אַנסאַמבלען: די אַקטיאָרן זענען נישט קיין פֿליסיקע ייִדיש־רעדער און די אינטאָנאַציע איז בײַ זיי ניט קיין ריכטיקע. מען באַנוגנט זיך בלויז אין לערנען די ראָלעס און שוין. ווי אַזוי זיך צו פֿאַרמעסטן מיט אָט דעם ענין איז אַ גרויסע פֿראַגע און אָן קיין ספֿק, אַז עס פֿאָדערט אַ סיסטעמאַטישע, פּעדאַגאָגישע אינוועסטיציע. דאָס דאַרף גיין האַנט בײַ האַנט מיט דער באַנײַונג פֿון רעפּערטואַר. ייִדישע קלאַסישע דראַמאַטורגיע איז דער יסוד, אָבער מען מוז אויף דער בינע אויך אָפּשפּילגען און באַהאַנדלען די דראַמע פֿון אונדזער צײַט, סײַ די ייִדישע און סײַ די אוניווערסאַלע. דאָס איז אַ נאַטירלעכע באַדערפֿעניש פֿון די קינסטלערס ווי אויך פֿונעם פּובליקום.
דאָנערשטיק דעם 11טן אָקטאָבער האָט מען אויפֿן פֿעסטיוואַל דורכגעפֿירט אַן אַזכּרה פֿאַר קאָבי ווײַצנער ז”ל, דער באַקאַנטער שרײַבער, זשורנאַליסט, פֿאָרווערטס־קאָרעספּאָנדענט און ייִדיש־אַקטיוויסט; אַן ישׂראלי געבוירענער וואָס האָט זיך באַזעצט אין וואַרשע, דאָרט חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט זײַנע קינדער. אין זײַן לעצטן באַריכט פֿאַרן פֿאָרווערטס האָט ער געלויבט דעם מלוכישן בוקאַרעשטער ייִדיש־טעאַטער און אויסגעדריקט זײַן חלום, אַז עס זאָלן זיך אין פֿעסטיוואַל צונויפֿטרעפֿן דראַמאַטורגן, וועלכע לייענען פֿאָר און באַהאַנדלען זייערע נײַע שאַפֿונגען. ווי עס זעט אויס איז ווײַצנערס טרוים טאַקע אין איינקלאַנג מיטן צוגאַנג פֿון דער הײַנטיקער ריכטונג פֿונעם טעאַטער.
ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל זענען אין די פֿרימאָרגן שעהען פֿאָרגעקומען כּלערליי וואַרשטאַטן און נאָכמיטאָג — קאַמער־קאָנצערטן, ביכער־פּרעזענטאַציעס און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען. דאַרף מען דאָ אויך דערמאָנען געוויסע הויכפּונקטן פֿון דער וואָך ווי שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟ רעזשיסירט פֿון אַלכּסנדער האַוספֿאַטער; אַבֿי האָפֿמאַנס טראַגיש־קאָמישער מאָנאָלאָג „זכרונות פֿון אַ פֿאַרלוירענעם פּאָעט: דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגער‟ און רפֿאל גאָלדוואַסערס „סטעמפּעניו‟ באַגלייט פֿון לאָקאַלע מוזיקערס.
דער טעכנישער ניוואָ פֿון אַלע פֿאָרשטעלונגען איז אַ הויכער און די ייִדישע פּיעסעס ווערן באַגלייט פֿון רומענישע און ענגלישע אונטערקעפּלעך. יעדער ליבהאָבער פֿון טעאַטער קאָן געניסן פֿון אַזאַ פֿעסטיוואַל. זאָלן ייִדישיסטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, צום קומעדיקן יאָר, אַרײַנשטעלן אין זייער קאַלענדאַר אָט דעם פֿעסטיוואַל און אַזוי אַרום בײַטראָגן צו זײַן רענאָמע און הצלחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.